גריפע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

גריפּע אדער אינפלועציע איז אן אינפעקציע וועלכע שטאמט פון די אר.ען.עי. ווירוס פאמיליע. די גריפע דרייט זיך צווישן פייגל און זויגערס און גייט אויך אריבער צו מענטשן און מיליאנען ווערן אנגעשטעקט ארום דער וועלט יעדעס יאר.

צווישן 5 און 20 פראצענט פון דעם אמעריקאנער פאלק ווערט אנגעשטעקט מיט דער גריפע יעדן ווינטער לויט די אפיציעלע שטודיעס פון די צענטער אוו דעזיז קאנטראל (סי-די-סי). די גריפע איז טאקע נישט אזוי ערנסט היינט אבער עס קען נערווירן דעם באטראפענעם צווישן עטליכע טעג און עטליכע וואכן. מען היסט, ניוכעט, ניסט, עס קראצט, און מען שפירט זיך ווי א נאכגעלאזטע זעקל ביינער אן קיין לעבנ'ס פרישקייט.

כאטש רוב מענטשן באטראכטן די גריפע אלס א מילדע דעזיז מיט וועלכע מען דארף מיטלעבן יעדן ווינטער, קען עס אבער זיין זייער שעדליך. די סי-די-סי שאצט אז ארום 200,000 אמעריקאנער ווערן האספיטאליזירט יעדן ווינטער פון די גריפע אדער ענליכע ווירוסן און ארום 30,000 שטארבן דערפון. ארום די וועלט טוט די גריפע אוועקלייגן ארום א האלב מיליאן מענטשן יעדעס יאר.


וואס איז די גריפע?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די גריפע איז א אטעם קראנקייט וועלכע ווערט געשאפן דורך די אינפלועציע ווירוס. די גריפע איז נישט די זעלבע ווי א קאלד כאטש זיי ברענגען ביידע די זעלבע סימפטאמען. א קאלד ווערט געשאפן דורך אן אנדער ווירוס און די סימפטאמען זענען מילדער און אויך נישט אזוי שעדליך ווי די גריפע וועלכע קען ברענגן ערנסטע קאמפליקאציעס.

די גריפע קומט אריין אינעם קערפער דורך אטעמען און זעצט זיך אין די אטעם רערן וועלכע ווערט אנגערופן די רעספירעטארי טרעקט. ווען די ווירוס איז שוין דארט פאר א שטיק צייט הייבט עס אן עפעקטירן די צעלן און צוביסלעך הרג'ט עס אפ טייל פון די צעלן. איינמאל די צעלן זענען טויט הייבן זיי אן ארומגיין די קערפער און עפעקטירן נאך צעלן. די סימפטאמען הייבן אן קומען נאכדעם וואס די עפעקטירטע צעלן מאכן אויפגעשוואלן די אטעם רערן און דער מענטשן הייבט אן הוסן. די סימפטאמען ווערן נאך מער פארשטערקערט ווען די ווירוס גרייכט די בלוט שטראם און עס געדויערט געווענליך עטליכע טעג ביז די אימון סיסטעם וועקט זיך אויף און הייבט אן אויסקעמפן די ווירוס און איר ארויסטרייבן פון דעם קערפער. די געשוואלנקייט געדויערט אביסל לענגער אויסצוהיילן און דער מענטש וועט בלייבן מיט טייל פון די סימפטאמען ביז עטליכע טעג דערנאך.

די סימפטאמען פון דער גריפע זענען אסאך אבער אין רוב פעלער וועט עס זיין: הוסן, ניסטן, פיבער, קערפער קראצעריי, לויפנדיגע נאז, און מידיקייט. די אלע סימפטאמען זענען קיינע נישט קיין שעדליכע און יעדער נארמאלער מענטש טראגט עס דורך. שוואכערע מענטשן קענען אבער עפעקטירט ווערן מיט מער סימפטאמען וויבאלד זייער אימון סיסטעם ווערט אפגעשוואכט פון די קאמף קעגן די גריפע און דער קערפער ווערט אויסגעשטעלט צו כאפן ערנסטע אינפעקציעס וועלכע וואלטן נארמאלערהייט נישט געקענט עפעקטירן. אין אזעלכע פעלער וועלן די באטרעפענדע קענען באקומען באקטעריע נעמאניע, דיהיידרעישן (אויסגעטרוקנטקייט) סיינוס פראבלעמען און אויער אינפעקציעס ביי קינדער, און די וואס ליידן פון דייבעטיס אדער אסטמא וועלן זען א שטארקע פארערגערונג אין זייער מצב.

"סטרעין אַ" אדער "סטרעין בע" זענען די אינדאנטיפיקאציעס צו די ווירוס שטאפל. ווען די גריפע ווירוס איז אינדענטיפיצירט געווארן צום ערשטן מאל אין די 930' יארן האט מען איר איינגעטיילט אין 3 קאטעגאריעס: סטרעין אַ איז די מערסט אויפגעכאפטע גריפע וועלכע איז אויך דאס מערסטע שעדליך. סטרעין בע איז אביסל מילדער און קען מאכן ווייניגער פראבלעמען. און סטרעין צע מאכט זיך נאר ביי איינצעלע מענטשן און גייט נישט אריבער פון איינעם צום צווייטן.

וויאזוי באקומט מען די גריפע?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די גריפע קומט אין די ווינטער סעזאן (אמעריקע) וועלכע איז געווענליך צווישן נאוועמבער און מערץ אבער עס קען זיך ארויסציען פון די גרעניצן אויך, געוואנדן לויט יאר צו יאר. די מערסטע אקטיווע וואכן זענען אין די מאנאטן פון יאנואר און פעברואר.

דורכאויס די גריפע סעזאן הייבן מענטשן אן באקומען די קראנקייט און פארשפרייטן דאס שנעל איינע צו די אנדערע. וויבאלד די גריפע איז א אטעם (רעספירעטארי) ווירוס גייט עס גאר שנעל איבער פון איינעם צום צווייטן גענוי ווי א קאלד. איין איינציגער מענטש וואס באקומט די ווירוס וועט עס צעשפרייטן צו זיינע פאמיליע מיטגלידער, מיטארבייטער, און פריינט מיט וועלכע ער פארברענגט. די גרעסטע גריפע פארשפרייטונג קומט פון די שולעס וואו די קינדער שפילן זיך איינע מיט די אנדערע און האבן די מערסטע קאנטאקט צווישן מענטשן. די קינדער ברענגן עס אהיים און פון דארט גייט עס ווייטער און ווייטער. די נאציאנאלע אינסטיטוט פאר אלערדזשיס און אינפעקציעס שאצט אז איינס פון יעדע דריי פאמיליעס וועלכע האבן קינדער אין די שולעס ווערן אנגעשטעקט מיט די ווירוס יעדעס יאר.

די פארשפרייטונג פון דער גריפע גייט גאר שנעל ספעציעל ווייל די אנגעשטעקטע הוסן אסאך און די מענטשן וועלכע נעמען נאכדעם אריין זייערע לופט ווערן אויך אנגעשטעקט דערמיט. דאקטוירים זאגן אז איינער וואס שטייט ביז 3 פוס ווייט פון אן אנגעשטעקטן וועט עס מעגליך איבערכאפן נאכדעם וואס יענער וועט נאר געבן איין הוס. די נייע אנגעשטעקטע געדויערט געווענליך פון 3 ביז 4 טעג ווילאנג די ווירוס הייבט אן ברענגן די סימפטאמען אבער אפילו בעפאר קענען זיי שוין אנשטעקן נאך מענטשן ווייל די קראנקייט ליגט שוין אין זייערע קערפער. נאך א וועג וויאזוי די גריפע פארשפרייט זיך איז דורך אנרירן אביעקטן וועלכע אן אנגעשטעקטער האט אנגערירט בעפאר. דער אנגעשטעקטער מאכט א הוס און באדעקט זיין מויל מיט זיין האנט פאר מענטשליכקייט. א מינוט דערויף עפענט ער א טיר דורך אנכאפן די הענטל מיט זיין האנט וועלכע איז פריער געלעגן אויף זיין מויל. די ווירוס גייט דאן ארויף אויפ'ן טיר הענטל און דער מענטש (אדער עטליכע) וואס כאפט אן דעם זעלבן הענטל דערנאך נעמט ארויף די ווירוס אויף זיין האנט און פון דארט געדויערט שוין נישט לאנג ביז ער רירט אן זיין מויל אדער נאז און די ווירוס גייט אריין אין זיין קערפער.

דאקטוירים זאגן אז איינמאל א מענטש איז אנגעשטעקט מיט די גריפע וועט ער דאס קענען איבערגעבן פאר אנדערע ביז 7 טעג נאכדעם וואס ער האט דאס באקומען. זיי ווארענען אז קינדער קענען דאס נאך איבערכאפן אפילו שפעטער. נארמאלערהייט צעשפרייט זיך די גריפע נאר אין די לאנד ווי עס האט זיך אנגעהויבן. אבער טיילמאל גייט עס אריבער פון איין לאנד צום צווייטן און מענטשן פון צענדליגער לענדער און אמאל די גאנצע וועלט ווערן אנגעשטעקט. אזא פאל ווערט אנגערופן א פענדעמיק. די ערגסטע אזא געשעעניש איז פארגעקומען אין 918' און האט אנגעהאלטן איין יאר. יענע פענדעמיק האט אומגעברענגט 20 מיליאן מענטשן ארום די וועלט, אריינגערעכנט א האלב מיליאן אין די פאראייניגטע שטאטן. די צאל קרבנות פון יענע פענדעמיק איז געווען פיל מער ווי אלע קרבנות פון אלע אנדערע פענדעמיקס אינאיינעם זינט דעמאלט.

אויסער די גריפע פון וועלכע מיר ווייסן איז פאראן די עוויאן גריפע פון וועלכע איר האט שוין מעגליך געהערט רעדן אין די מידיא. די עוויאן גריפע איז די זעלבע גריפע אבער ווערט איבערגעכאפט דורך אנגעשטעקטע פייגלעך. די פאל איז דערווייל נאר געהערט געווארן אין אזיע.


ווער איז אויסגעשטעלט דערפאר?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יעדער אן אויסנאם איז נישט אויסגעשלאסן פון איבערכאפן די גריפע. אבער עס זענען פאראן געוויסע מענטשן וועלכע וועלן דאס ענדערש איבערכאפן ווי אנדערע און זיי האבן מער שאנסן עס זאל זיי ברענגן ערנסטע פראבלעמען און אפילו טויט. דאס זענען:

• קינדער אונטער 2 יאר וועמענ'ס אימון סיסטעם איז נאך נישט געהעריג אנטוויקעלט.

• עלטערע מענטשן העכער 65 יאר אלט. רוב טויט פעלער פון די גריפע איז ביי מענטשן פון יענע עלטער. • מענטשן וואס ליידן פון קראניק פראבלעמען ווי אסטמא אדער דייעביטיס.

• העלט קעיר ארבייטער.

• נוירסינג האום רעזידענטן.

איין ברירה צו פארמיידן די גריפע איז צו נעמען א וואקסינאציע אנפאנג סעזאן. די סי-די-סי רעקאמענדירט דאס פאר די אלע אויבנדערמאנטע מענטשן וועלכע קענען זיך גרינג פארמיידן פראבלעמען. סתם מענטשן קענען אויך נעמען א וואקסינאציע אבער עס איז נישט אזוי וויכטיג ווייל עס זענען פאראן זייער ווייניג שאנסן אז עס זאל זיך מאכן ערנסטע פראבלעמען און נארמאלערהייט גייט עס אדורך ביז א וואך.


גריפע באהאנדלונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דערווייל איז נאך נישט פאראן א מעדעצין וועלכע קען היילן די גריפע איינמאל מען איז שוין אנגעשטעקט דערמיט. אנטיביאטיקס העלפן נישט ווייל זיי קענען נאר אומברענגן באקטעריע אבער די גריפע איז א ווירוס. עס זענען אבער יא פאראן א רייע דראגס וועלכע קענען פארקערצערן די לעבן פון די גריפע. די מעדעצינען קענען נישט ארויסטרייבן די ווירוס אבער קענען יא צוריקהאלטן די אנגעשטעקטע צעלן זיי זאלן נישט קענען גיין ווייטער אנשטעקן אנדערע צעלן און דאס פארקירצערט די לעבן פון די גריפע איינמאל די אימון סיסטעם טרייבט איר ארויס.

די אלע מעדיצינען קענען נאר פארשריבן ווערן דורך א דאקטער וויבאלד אלע פון זיי ברענגען זייטיגע פראבלעמען באקאנט אלס "סייד עפעקטס". די נאטורליכע וועג פון היילן די ווירוס איז דורך איר אויסליגן און טרינקען אסאך פליסיקייט. אויב מען ליידט אויך פון פיבער אדער קראצונג איז כדאי צו נעמען אספירין.


וויאזוי צו פארמיידן די גריפע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עקספערטן זאגן אז די גרינגסטע וועג וויאזוי צו פארמיידן די גריפע איז דורך אנהאלטן א גוטע היגיענע דורכאויס די גריפע סעזאן. זיי האלטן אז עס איז וויכטיג זיך צו וואשן די הענט עטליכע מאל א טאג מיט ווארים וואסער און זייף און שטיין ווייט פון אן אנגעשטעקטן מענטש און אויב יענער הוסט זאל מען צודעקן די אייגענע מויל און נאז מיט די האנט און דערנאך אפוואשן די האנט בעפאר מען רירט נאכאמאל אן די מויל.

א מענטש וואס באקומט די גריפע קען אליין אויך גרינג פארמיידן דאס איבערצוגעבן צו אנדערע דורך בלייבן אינדערהיים און זיך נישט דרייען צווישן מענטשן. אויב מען מוז יא ארויסגיין איז וויכטיג צו האלטן אין טאש פאפיר און מיט דעם צודעקן די מויל ווען מען הוסט. אויב מען האט נישט קיין פאפיר איז וויכטיג אפצואוואשן די הענט באלד דערנאך בעפאר מען האט א שאנס אנצוכאפן עפעס וואס אנדערע וועלן באלד אויך אנכאפן.


די גריפע וואקסינאציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך א וועג וויאזוי צו פארמיידן די גריפע איז צו נעמען א וואקסינאציע יעדע אנפאנג גריפע סעזאן (אקטאבער ביז נאוועמבער אין צפון אמעריקע) ווי פריער דערמאנט. עס איז בעסער דאס צו נעמען ווי פריער ווייל עס נעמט 2 וואכן ביז די וואקסינאציע הייבט אן צו באוואכן קעגן די גריפע אויף 100 פראצענט. קינדער אונטער 9 יאר אלט דארפן דאס נעמען נאך פריער ווייל זיי דארפן דאס נעמען צוויי מאל מיט איין מאנאט צעטיילט.

די וואקסינאציע, וועלכע באשטייט פון די גריפע ווירוס אליינס, טוט א וואונדערליכע ארבעט ווען זי מאכט די קערפער דערקענען די ווירוס און אזוי וועט די אימון סיסטעם דאס אומברענגן נאך בעפאר עס האט א שאנס זיך צו פארשפרייטן. מען מוז עס איבערנעמען יעדעס יאר ווייל עס וועפט אויס מיט דער צייט און אויך ווייל די גריפע קען זיין אנדערש פון יאר צו יאר און די דאקטוירים טוישן די אינהאלט פון די וואקסינאציע יעדע סעזאן.

די גריפע וואקסינאציע קען גענומען ווערן דורך א שטאך אדער דורך א נאז איינשפריצונג. ביידע טוען די זעלבע ארבעט אבער עס האט זיך מיט די יארן ארויסגעשטעלט אז דורך א שטאך ארבעט עס פיל בעסער. די סייענטיסטן שאצן אז די נאז איינשפריצונג באוואכט אויף 92 פראצענט אבער זיי רעקאמענדירן דאס נאר פאר קינדער.

דאקטוירים האלטן אז יעדע קינד פון 6 ביז 23 מאנאטן זאל באקומען א וואקסינאציע ווייל זיי זענען דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו די גריפע און עס איז די שעדליכסטע צו זייער קערפער. א קינד וואס איז אונטער 6 מאנאטן קען נאך נישט נעמען די וואקסינאציע און דערפאר רעקאמענדירן זיי אז די גאנצע פאמיליע זאל נעמען די וואקסינאציע און אזוי וועט דאס קינד אויך זיין באוואכט.

אויך מענטשן העכער 65 יאר און אלע העלט קעיר ארבייטער און נוירסעס דארפן נעמען די וואקסינאציע יעדע סעזאן. א מענטש מיט קראניק פראבלעמען דארף דאס אויך זייער וויכטיג נעמען.

דאקטוירים ווארנען אז מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו אייער זאלן נישט נעמען די וואקסינאציע ווייל די וואקסנאציע וואקסט אויף אין אייער און קען ברענגן א שלעכטע רעאקציע. א מענטש וואס האט פיבער מעג דאס אויך נישט נעמען און דאס זעלבע איז מיט מענטשן וואס די וואקסינאציע האט זיי געברענגט פראבלעמען אין די פארגאנגנהייט.

די וואקסינאציע קען ברענגן זייטיגע פראבלעמען וועלכע זענען די זעלבע סימפטאמען ווי די גריפע זעלבסט (די וואקסינאציע איז די גריפע אליינס) אבער אין זייער א מילדע שטאפל און וועט נאר אנהאלטן א קורצע צייט.

אין יאר 2006 איז געווען א מאנגל אין די גריפע וואקסינאציעס אין אמעריקע וויבאלד אמעריקע נעמט איר גרעסטן טייל פון די וואקסינאציעס פון א בריטישע פירמע מיט'ן נאמען טשיראן, וועלכע האט יענע יאר נישט געקענט פראדוצירן גענוג וואקסינאציעס און אמעריקע איז איבערגעבליבן מיט האלב די וואקסינאציעס וואס זי האט אין א נארמאלן יאר. די סי-די-סי האט דערפאר געבעטן די העלט צענטערן אז זיי זאלן נאר געבן די וואקסינאציעס צו מענטשן וועלכע מוזן דאס וויכטיג האבן ווי אויבנדערמאנט.

אנדערע לענדער האבן נישט געהאט דעם פראבלעם ווייל זיי מאכן זייערע אייגענע וואקסינאציעס אבער די אמעריקאנער העלט צענטערן קענען נישט נעמען פון זיי ווייל זיי האבן נישט די זעלבע סטאנדארטן און עס וואלט געדויערט לענגער ווי א סעזאן צו קענען באשטעטיגן וואקסינאציעס פון נאך א פירמע. מען האט אין יענע מאנאטן געהערט באריכטן פון הונדערטער מענטשן וועלכע זענען אריבער די גרעניץ קיין קאנאדע צו נעמען די וואקסינאציע.