גרעגאריאנישער קאלענדאר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גריגאריאן קאלענדאר)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
2013 אין פֿארשידענע קאלענדארן
גרעגאריאנישער קאלענדאר 2013
MMXIII
יידישער לוח ה'תשע"ג - ה'תשע"ד
כינעזישער קאלענדאר 4709 – 4710
壬辰 – 癸巳
4710 איז דאס יאר פֿונעם שלאַנג
עטיאפישער קאלענדאר 2005 – 2006
פערסישער קאלענדאר 1391 – 1392
מוסולמענישער קאלענדאר 1434 – 1435

דער גרעגאריאנישער קאלענדער איז דער לוח וואס איז נוהג אין רוב לענדער פון דער וועלט; ער גייט לויט די גוישע מאנאטן און נישט לויט די יידישע.

ער איז די מערסטע באניצטע לוח סיסטעם היינט צוטאגס אויף דער וועלט.

ער איז א מאדיפאקאציע צום פריערדיגען יוליאנישן קאלענדאר, כדלהלן:

יעדע יאר וואס איז טיילעוודיק מיט 4 איז אן עיבור יאר, אחוץ יארן וואס זענען טיילעוודיק מיט 100; די יארהונדערטער וואס זענען טיילעוודיק מיט 400 זענען אבער יא עיבור יארן. למשל, דאס יאר 1900 איז נישט קיין עיבור יאר; דאס יאר 2000 איז יא אן עיבור יאר;.

ער הייסט נאכן פויבסט גרעגארי וואס האט דאס פאפולער געמאכט.

די יארן דערין זענען אויסגעשטעלט זייט די געבורט פון יאשקע.

מען טוישט די צייכענונג AD צו CE וואס מיינט Common Era. און BC מיט BCE.

אויף אידיש רופט מען דאס "למספרם".

זעט אויך [באַאַרבעטן]