געשפרייט

פֿון װיקיפּעדיע

דאס געשפרייט (אדער רוים) איז דער גרעניצלאזער דריי-דימענסיאלער פלאץ וואָס אין דעם שפילן זיך אפ אלע אביעקטן און געשעענישען, און האָבן רעלאטיווער פאזיציע און ריכטונג.

דאס פיזישע געשפרייט איז אָפט אויפגענומען אין דריי שורה'דיגע דימענסיעס, הגם היינטצייטיקע פיזיקער רעכענען עס געווענליך מיט צייט, צו זיין א טייל פון דער גרעניצלאזער פיר-דימענסיאלע נאכאנאדקייט באַוואוסט ווי געשפרייט־צייט.

אין מאַטאַמאַטיק טוט מען באטראכטן געשפרייטן מיט פארשידענע צאלן פון דימענסיעס און מיט פאַרשידענע אויסגעלייגטע סטרוקטורן.

דער באַגריף פון געשפרייט איז אנגענומען צו זיין א פונדאַמענטאַלער וויכטיקער טייל צו פארשטיין דעם פיזישן אוניווערס, כאָטשיג מיינונגס פארשידענהייטן טוען אנהאלטן צווישן פילאסאפן, צי דאס איז א זאך פאר זיך, אַ פארבינדונג צווישן זאכן, אָדער טייל פון אַ באגריף סטרוקטור.

פילע פון די פילאסאפישע פֿראגן האבן זיך ערוועקט אין דעם 17טן יאָרהונדערט, ביי די אנהייב אַנטוויקלונג פון קלאסישע מעכאַניק.