גלאבאלע אנווארעמען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דורכשניטלעכע גלאבאלע טעמפעראטור פון 1856 צו 2004

גלאָבאַלע אָנװאַרעמען (גלאבאלישער אנהייצן) איז א טערמין וועלכע ווערט גענוצט צו באצייכענען דאס קלימאט רעדל אין וועלכן מיר געפינען זיך היינט. לויט ווי וויסנשאפטלער זאגן איז די גלאבאלע טעמפרעאטור געשטיגן נאכאנאנד זינט די וועלט איז אריין אין די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און מען האט אנגעהויבן אויסשפייען שעדליכע גאזן וועלכע בלייבן שטיין אין די אטמאספערע און לאזן נישט די היץ פון די זון צוריק ארויסגיין אין קאסמאס. עס איז פאראן א גרויסע דעבאטע צי מענטשן האבן דאס אנגעמאכט אדער איז דאס טייל פון א נאטורליכע קלימאט רעדל וואס וועט דעגרייכן א קלימאקס און דערנאך אנהייבן גיין צוריק אראפ. גלאבאלע אנווארעמען איז דער אבזערווירטער פארמערונג אין די טעמפאראטור פון דער וועלט.

א טעאריע פון פארשער וואס זאגן אז די וועלט האלט צוליב דעם אין איין ווערן ווארימער פון יאר צו יאר, ווייל געוויסע לענדער, ובפרט אמעריקא פארנוצען צופיל גאזען און פאראורזאכען אסאך פאלושען וואס שעדיגט די אוזען שיכט וואס נעמט ארום די וועלט, און דאס פאראורזאכט אז עס קומען אריין אין די וועלט מער זון שטראלען וואס די אזאן שיכט האלט געווענליך צוריק, און די וועלט ווערט ווארימער און ווארימער, און אין איין שיינעם טאג וועלן זיך די ריזיגע אייזבערג אויף דעם צפון פאלוס זיך אויפלאזן און פארשוועמען די וועלט ח"ו.

פארט אבער זעהט מען פיל מאל וואו עס שטעלט זיך ארויס אז עס ווערט גאר קעלטער פון סיי ווען און עס ברעכט רעקארדס אויך פארקערט, דאן זאגן זיי אז אפילו מיטן טעריא פון גלאבאלע אנווארעמען מעג זיין קאלט אויך און אפילו ברעכן רעקארד קעלט, אבער דאס באדייט אז פראצענטואל וועט זיין ווייניגער קאלטע טעג דורכ'ן גאנצען ווינטער ווי א יאר בעפאר.

גלאבאלע אנווארעמען איז אויך געווארן א הייסע פאליטישע פראגע.

וועטער און קלימאט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די וועטער ווייסט יעדער וואס עס מיינט. דאס איז די טעמפרעאטור, ווינט שנעלקייט, פייכקייט און טרוקנקייט, זון אדער וואלקן פון יעדע באזונדערע געגענט. יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטער אויסשטעל און אויב עס רעגנט אין ניו יארק סיטי מיינט נאך נישט אז עס רעגנט אין אלבאני. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז וועטער איז א קורצע טערמין וועלכע איז שייך צו א לאקאלע געגענט און יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטערס.

קלימאט איז די אויסשטעל פון די וועטערס פון א גרויסע ראיאן אין א לאנגע טערמין. א קלימאט ווערט באצייכנט אויף די דורכשניטליכע וועטערס זומער און ווינטער פון איין ראיאן אין משך פון א לענגערע צייט. צום ביישפיל ניו יארק סטעיט האט א קאלטע קלימאט אין די ווינטער מיט אסאך שניי און ווינטן און א הייסע שטיקיגע זומער מיט אסאך פייכקייט. דאס איז געזאגט אויף גאנץ ניו יארק און אירע ארומיגע סטעיטס כאטש די וועטער אויסשטעל אינערהאלב די שטעט זענען קיינמאל נישט די זעלבע.

קלימאט קען גערעכנט ווערן אויף קלענערע און גרעסערע דורכשניטליכקייטן. מען קען באצייכנען א סטעיט אדער ראיאן וואספארא קלימאט זי האט און אזוי אויך קען מען באצייכענען א גאנצע קאנטינענט וואספארא קלימאט זי פארמאגט כאטש איין העלפט איז קאלט און די אנדערע ווארעם.

די טערמין צו באטראכטן קלימאט איז זייער לאנג. מען דארף צוריק קוקן הונדערטער יארן צו קענען שטודירן און פארשטיין די קלימאט פון א ראיאן. יעצט אויב עס מאכט זיך אין א געגענט א ווינטער אדער צוויי וועלכע זענען נישט קאלט אדער עס פאלט ווייניגער שניי, איז עס נאך נישט קיין שום צייכן אז עס האט פאסירט א טויש אין קלימאט ווייל דער דריטער ווינטער קען צוריק ווערן קאלט און יא פאלן אסאך שניי און דעמאלט זעט מען אז די געוועזענע צוויי ווינטערס זענען נאר געווען ווי א בארואיגונגס צייט אפשניט אינעם קלימאט.

קלימאט טוישט זיך במשך די יארן און דאס איז א פאקט. אבער אזא טויש געדויערט הונדערטער יארן און אויב מען באטראכט די דורכשניטליכע וועטערס ווינטער און זומער פון צענדליגער יארן קען מען באמערקן אז די דורכשניטליכע וועטער איז געטוישט געווארן צו אביסל מער ווארים אדער קאלט. צום ביישפיל אין אמעריקע איז די דורכשניטליכע ווינטער און זומער וועטער ווארימער געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר מיט איינס אדער צוויי פונקטן. אבער דאס וועט מען נאר קענען באמערקן אויב מען באטראכט די וועטערס (זע קעסטל) פון אלע יארן אין די לעצטע הונדערט יאר. אבער אויב מען קוקט יאר נאך יאר קען מען גארנישט באשטעטיגן ווייל אין 980' איז געווען די קעלטסטע ווינטער אין די הונדערט יאר און דאך זענען די ווינטערס ווארימער געווארן אין סך הכל. די קליינע פונקטן קוקן נישט אויס צו זיין א גרויסע נפקא מינה אין די וועטערס אבער די עקספערטן זאגן אז אפילו קליינע ענדערונגן אין די גלאבאלע וועטער קען האבן א גרויסע עפעקט אויף די וועלט ווי מיר וועלן באלד מער ערקלערן. ווי געזאגט איז נארמאל אז די קלימאט טוישט זיך און דאס איז בערך איין טעמפרעאטור (אין צעלסיוס) פער יעדע הונדערט יאר. אויב איז עס מער ווי דעם איז שוין לויט זיי א פראבלעם.

די נאטורליכע טויש אין קלימאט קען פאסירן דורך פארשידענע וועגן און די גרינגסטע פון זיי פאר אונז צו פארשטיין קען זיין וואולקעאנען אקטיוויטעטן, א מענטשליכע טויש אין די פלאנצונגן וועלכע דעקט צו א גרויס חלק פון די וועלט, און די ראדיאציע פון די זון וועלכע האט אויך א קליינע עפעקט אויף די קלימאט.


די עפעקט פון נאטורליכע געוואוקסן צו די וועלט'ס קלימאט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איינע פון די וועלט'ס וואונדערליכסטע באשאפונגן איז די נאטורליכע געוואוקס וועלכע ווערט אנגערופן די גרינהאוס עפעקט. מען קען דאס פארשטיין געבן מיט א גרינגע ביישפיל: איר האט שוין זיכער באמערקט אז ווען מען לאזט אן אויטא געפארקט אין די זומער פאר א שטיק צייט ווערט זייער הייס און שטיקיג אינעם אויטא פיל מער ווי עס איז אויף די גאס. דאס פאסירט ווען די היץ פון די זון דרינגט אריין אינעם אויטא דורך די פענסטער און אלע היץ ווערט איינגעזאפט אין די אינערליכע טיילן פון דעם אויטא. היץ האט אבער א טבע אז עס וועפט צוריק אויס און אויך דארט קומט די היץ צוריק ארויס פון די אינערליכע טיילן אין בלייבט שטיין אין די אטמאספערע וועלכע ברענגט א שטארקע היץ. למעשה האט די אויטא אסאך לעכער ווי טייל פון די היץ קען אויסוועפן ווייל אויב נישט וואלט עס געקענט פלאצן נאך א שטיק צייט פון די שרעקליכע היץ און שטיקיקייט.

דאס זעלבע איז מיט אונזער וועלט. יעדער ווייסט אז אויפ'ן מאדים איז געפרוירן קאלט. פארוואס? דער ענטפער איז אז די מאדים פלאנעט האט נישט קיין אטמאספערע ארום איר און אלע היץ וועלכע קומט אריין פון די זון וועפט באלד צוריק אויס און דער מאדים פלאנעט בלייבט קאלט. אונזער וועלט האט אבער אן אטמאספערע וועלכע באשיצט די היץ וועלכע ווערט צוריק אויסגעשפיגן פון אינערהאלב די וועלט און דאס האלט אונזער וועלט ווארים.

דער וועלט'ס אטמאספערע ווערט געשאפן דורך די געוואוקסן וועלכע געפינען זיך אין איר און וויבאלד דער מאדים האט נישט קיין געוואוקסן איז נישט פאראן קיין שטארקע אטמאספערע. די געוואוקסן גיבן ארויס קארבאן דיאקסייד, וואסער אויסוועפונג, און פארשידענע גאזן וועלכע בלייבן שטיין ארום די די ערד און דאס בויט די אטמאספערע. יעצט צוריק צו אונזער וועלט: די זון ברענגט אריין אסאך היץ צו די ערד פון וועלכע 70 פראצענט ווערט איינגעזאפט אין די געוואוקסן פון די וועלט און אין די וואסערן. די אנדערע 30 פראצענט וועפט באלד אויס צום קאסמאס דורך די וואלקענעס וואו עס ווערט בטל ומבוטל זייער שנעל ווייל עס האט נישט וואו זיך אנצוכאפן. די טבע פון היץ איז אז עס וועפט צוריק אויס און דאס זעלבע איז מיט די היץ פון די זון. אויב עס וואלט נישט אויסגעוועפט וואלט די ערד געווארן הייס ווי פייער. די היץ פארשפרייט זיך ארום די וועלט און ווערט געשטערט פון די געשאפענע אטמאספערע וועלכע לאזט דאס נישט ארויס. כאטש גרויסע טיילן וועפן יא אויס פארבלייבט אבער גענוג היץ אין די וועלט און וויבאלד די וועלט ציט אריין מער היץ ווי זי גיט ארויס בלייבט די וועלט ווארים.


גלאבאלע אנווארעמען ווערט געשאפן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די וועלט גייט שוין אזוי אן טויזנטער יארן און אלץ גייט כשורה. אבער דאן איז געקומען אן אינדוסטריאל רעוואלוציע וועלכע האט געטוישט די גאנצע פראדוקציע פון די מענטשהייט צו א נייע שטאפל וועלכע איז קיינמאל פריער נישט געווען. די אינדוסטריאל רעוואלוציע האט ארויסגעברענגט אלע ארבעטער פון זייערע היימען אינעם צווייטן העלפט פונעם 18'טן יאר-הונדערט. זינט דעמאלט האט מען אנגעהויבן ארבעטן אין פעקטאריס און מען האט אנגעהויבן פראדוצירן אלע ערליי פראדוקציעס דורך אינדוסטריאלע מעטאדן.

מיט די יארן איז געווארן א וועלט פון אלע ערליי מאשינערי וועלכע פארלאנגן אן אבנארמאלן מאס פון ענערגיע וועלכע ווערט פראדוצירט אין די אינדוסטריאלע שטעט און שפייט אויס פארשידענע עלעמענטן צו דער אטמאספערע וועלכע פארשטערקערט די אטמאספערע פיל מער און ווייניגער היץ קען אויסוועפן צום קאסמאס, איבערלאזנדיג א גרעסערע מאס היץ אין אונזער וועלט. די הויפט עלעמענטן וועלכע ווערן אויסגעשפיגן צו די אטמאספערע זענען: קארבאן דיאקסייד, ניטראוס אקסייד, און מעטעהן. עס זענען פאראן נאך צענדליגער ערליי אזעלכע עלעמענטן אבער די דריי זענען די הויפט און מערסט באקאנט. לאמיר באטראכטן יעדע פון זיי:

קארבאן דיאקסייד איז א אומזעבארע גאז וועלכע איז א נאטורליכע טייל פון אלע ארגאנישע געוואוקסן. די עלעמענט מאכט אויס בערך 0.04 פראצענט פון די ערד'ס אטמאספערע וועלכע ווערט ארויפגעשיקט אהין דורך וואולקעאנען וועלכע ברעכן אויס און שפייען אויס די אונטערערדישע כעמיקאלן צו די אטמאספערע. היינט צו טאג ווערט ארויפגעשיקט פיל מער קארבאן דיאקסייד צו די אטמאספערע דורך די פארגעשריטענע מענטשליכע אקטיוויטעטן צו ברענגן ענערגיע און די אטמאספערע באקומט פיל מער פון די עלעמענט ווי זי האט אמאל באקומען. לויט אפיציעלע באריכטן פון די וואורלדוואטש אינסטיטוט ווערט נאטורליך ארויפגעשיקט צו די אטמאספערע ארום א ביליאן טאנען פון קארבאן דיאקסייד און היינט האלט עס ביי איבער 7 ביליאן טאנען צוליב די אקטיוויטעטן וועלכע מיר טוען אפ אויף די ערד. לויט זייערע חשבונות איז די דורכשניטליכע טעמפרעאטור פון די ערד געשטיגן פון 14.5 דעגריס (58.1 פראנהייט) אין 860' צו 15.3 דעגריס (59.5 פארנהייט) אין יאר 980'.

'''ניטראוס אקסייד''' איז די צווייטע אויף די רייע וועלכע ווערט געצימבעלט פאר'ן ברענגן גלאבאלע אנווארעמען. די סארט עלעמענט איז זייער ענליך צו קארבאן דיאקסייד און קומט פון די זעלבע קוועלער. דער חילוק איז אבער אז ניטראוס אקסייד ווערט געשאפן אין פיל קלענערע קוואנטומען אבער זאפט איין 270 מאל אזויפיל ענערגיע ווי קארבאן דיאקסייד וואס מיינט אז טראץ וואס עס איז ווייניג בממשות האט עס אבער די זעלבע עפעקט ווי די גרויסע קוואנטומען פון קארבאן דיאקסייד.

'''מעטעהן''' איז א הויפט קאמפאנענט (אינהאלט) פון נאטורליכע גאזאלין און וועפט אויס ווען מען צעלייגט ארגאנישן מאטריאל. היינטיגע צייטן ווערט מעטעהן ארויסגעצויגן און וועפט אויס ווען מען ארבעט אויס קוילן, פון מאכן כעמיקאלן, און פון אלע לענדפילס (פלעצער וואו מיסט ווערט אויסגעגאסן).

די עלעמענט האט די זעלבע עפעקטן ווי קארבאן דיאקסייד און אין צוגאב קען זיך דאס האלטן לאנג אן אויסוועפן און ווען אסאך זאמעלט זיך אן ווערט עס אויסגעשפיגן צו די אטמאספערע דורך פארשידענע וועגן. וויסנשאפֿטלער שפעקולירן אז די סארט עלעמענט זאמעלט זיך אן אונטער די ערד דורך אלע לענדפילס און אפפאלן און קומט זיך צוזאמען אין די אקעאנען וואו עס האלט זיך פריש פון די קעלט פון די וואסער אין גרויסע אייזבערג. ווען די אייזבערג ברעכן זיך אפ ווערט אויפאיינמאל אויסגעשפיגן אסאך פון די עלעמענט וועלכע האט א שנעלע עפעקט אויף די אטמאספערע.

גלאבאלע אנווארעמען עפעקטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לאמיר זאגן אז זיי זיינען גערעכט און די וועלט ווארימט זיך טאקע מיט עטליכע גראדן, דעמאלט קען לויט זיי די וועלט ערנסט עפעקטירט ווערן און די רעזולטאטן קענען זיין ביטער. ווי געזאגט, איז דאס נאר געבויט אויף זייער וויסנשפאט און וויבאלד אזא זאך האט נאך קיינמאל נישט פאסירט איז שווער צו גלייבן אז עס וועט טאקע גענוי אזוי זיין. אבער נאך אלץ וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וואס זייערע שטודיעס זאגן פאר:

די ערשטע זאך וואס קען פאסירן איז אז די אלע טויזענטער מיילן פון אייז אינעם ארקטיק און אינעם אנטארקטיק וועלן זיך צעביסלעך אויפלאזן פון די ווארימערע טעמפרעאטור און די וואסער שטאפלן וועלן זיך הייבן. אין פאקט פאסירט דאס שוין יעצט אויף קליינע שטאפלן און יעדעס יאר טיילן זיך אפ מער און מער שטיקער פון די פארפרוירענע אנטארקטיק און קומען אריין אין די אקעאנען אין פארעם פון אייזבערג און ווערן צעלאזט איבער'ן זומער. אבער נישט אלע אייזבערג שווימען אוועק אזוי ווייט און בלייבן שטעקן צווישן אנדערע שטיקער אייז און ווען די טעמפרעאטור פאלט צוריק אראפ ווערט דאס צוריק פארפרוירן.

לויט אפיציעלע שאצונגן האט זיך די דורכשניטליכע וואסער שטאפל געהויבן מיט עטליכע אינטשעס אין די לעצטע הונדערט יאר. דאס איז נאך נישט אזא פראבלעם. אבער די עטליכע אינטשעס האבן נישט פאסירט שטאפל ביי שטאפל צעטיילט צו יעדע יאר נאר די לעצטע 50 יאר איז געווען פיל ערגער ווי די ערשטע 50 יאר און די לעצטע 25 יאר איז געווען ערגער ווי די ערשטע 25 יאר אין דעם צווייטן העלפט. יעצט אויב דאס וועט ווייטער אזוי אנהאלטן וועט אין די קומענדיגע יארן די וואסער שטאפל זיך הייבן מער און מער ביז די גאנצע אייז אינעם מערב טייל פונעם ארקטיק, וועלכע איז די לייכסטע טייל פון די פארפרוירענע טייל, וועט פלאצן און אריינשווימען אין די אקעאנען.

דאס זאגט זיך אזוי גלייכגילטיג. אין פאקט איז פאראן אזויפיל וואסער אין יענעם טייל אייז אז אויב אלעס וועט אנקומען אין די אקעאנען וועט דאס העכערן די וואסער שטאפלן מיט ארום 10 פיס, וואס מיינט אז אלע יבשה וועלכע ליגן נידעריג וועלן אינגאנצן פארפלייצט ווערן און ווערן א טייל פון די אקעאנען.

(מען מוז דא פארשטיין געבן אז דער ביישפיל וואס ווערט געמאכט איז נאר אויף איין קליינע טייל פון די וועלט'ס פארפרוירענע וואסער וועלכע קען זיך שטעלן אויפ'ן שכל אז עס וועט אמאל פאסירן. ארום 70 פראצענט פון די וועלט'ס וואסער ליגט פארפרוירן צווישן די ארקטיק און די אנטארקטיק. אויב אלע אייז פון די וועלט זאל זיך צעלאזן וואלט די גאנצע וועלט פארפלייצט געווארן ווייל דאס וואלט געהויבן די וואסער שטאפלן מיט עטליכע הונדערט פיס. דאס קען אבער נישט פאסירן ווייל רוב פון די פלעצער זענען גענוג קאלט אז אפילו מיט אן ערנסטע גלאבאלע אנווארעמען וועט עס געדויערן טויזענטער יארן עס זאל דארט ווערן ווארים.)

דער פראבלעם קען אפילו זיין נאך ערגער ווייל אויב די אייז צעלאזט זיך איז טייטש אז די וואסער ווערט ווארימער, און דאס אליינס קען אסאך הייבן די וואסער שטאפלן ווייל די טבע פון וואסער איז אז ווי ווארימער די וואסער איז אלס מער פלאץ נעמט עס אויף ווייל קעלט האלט זיך בטבע אינאיינעם.

נאך א פראבלעם וואס קען צושטאנד קומען איז די פאקט אז עס וועט זיין ווייניגער אייז אויף די וועלט וואס דאס אליינס וועט מאכן א גרויסע טויש אין די היץ פון די אטמאספערע ווייל מער היץ וועט קענען איינגעזאפט ווערן און דאן צוריק אויסגעשפיגן ווערן פון די ערד און וואסער לויט די פריערדיגע ערקלערונגן.

און עס ענדיגט זיך נישט דא. ווי יעדער ווייסט קומען אלע שטורעם ווינטן (טראפיקל שטורעם ווינטן און האריקענס) און אנדערע עקסטרעמע וועטערס דורך די הייסע לופט וועלכע וועפט אויס פון די אקעאנען ענדע זומער און פארט אויפ'ן וואסער ביז די יבשה. אויב עס וועט זיין מער ווארים וואסער וועלן די סארט זאכן פארקומען פיל אפטער און ברענגן גרויסע פאטאליטעטן.


איז גלאבאלע אנווארעמען טאקע א פראבלעם?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאטש רוב וויסנשאפֿטלער זענען איינשטימיג אז גלאבאלע אנווארעמען איז א פאקט און וועט האבן קאטאסטראפישע רעזולטאטן עווענטועל, זענען נאך אלץ פאראן גענוג וויסנשאפטלער וועלכע לאכן אפ דערפון און האלטן אז עס איז נישט פאראן בכלל אזא זאך ווי גלאבאלע אנווארעמען צוליב די פאלגענדע סיבות:

די ערשטע טענה דאס אפצואווארפן איז שטענדיג אז די וועטער מומחים האבן נישט גענוג א לאנגע וועטער רעקארד צו קענען זאגן אז גלאבאלע אנווארעמען פאסירט טאקע. זיי טענה'ן אז אפשר איז פאר 1,000 יאר צוריק געווען פונקט אזוי הייס ווי היינט און שפעטער איז צוריק געווארן קעלטער. טייל האלטן אפילו אז אמאל איז נישט געווען אזויפיל אייז אין די אקעאנען און ווייניגער יבשה איז געווען נוצבאר. זיי ווייזן אן, לויט היסטארישע דאקומענטן, מאפעס, און סטאטיסטיקס, אז טייל היינטיגע אינזלן האבן אמאל נישט עקזיסטירט נאר זענען ערשינען ווען די טעמפרעאטורן זענען אין גענעראל קעלטער געווארן און מער וואסער פון די אקעאנען זענען פארפרוירן געווארן.

אנדערע וויסנשאפֿטלער וועלכע ליגן אין דעם ענין זאגן אז די גלאבאלע אנווארעמען זארגער זענען שוין אזוי איינגערעדט אין זייער פאנטאזיע אז ווען זיי קוקן די וועטער סטאטיסטיקס זעען זיי נאר די דאטא וועלכע פארשטערקערט זייער טעאריע ווען אין פאקט קען מען דאס אויסטייטשן אנדערע וועגן.

און בכלל, זענען דא וואס טענה'ן, ווער זאגט אז די אלע פאלושן ברענגט די גלאבאלע אנווארעמען? אפשר איז דאס אן אנדערע נאטורליכע זאך וועלכע גייט ווי א רעדל פון אסאך יארן און וועט זיך איין טאג צוריקדרייען. דער פשעטל אז די געשטיקטע אנגעלייגטע לופט פארשטערקערט די אטמאספערע און ברענגט גלאבאלע אנווארעמען איז טאקע זייער א שיינע חידוש, אבער עס קען אפגעפרעגט ווערן ווייל קיינער קען דאס נישט איבערצייגן וויבאלד קיינער ווייסט נישט וואס עס איז געווען אמאל.

נאכדעם זענען פאראן אסאך קלוגע מענטשן וועלכע זאגן אז זיי האלטן יא אז גלאבאלע אנווארעמען פאסירט אין פאקט אבער זיי האלטן אז דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם. ערשטענס ווייל די וועלט איז אביסל שטערקער געבויט אז אביסל פאלושן זאל קענען מאכן אזא עפעקט, און צווייטענס זאגן זיי אז די מענטשן און אנדערע בריאות וועלן זיך צוגעוואוינען צו די ווארימערע טעמפרעטורן און קיינער וועט נישט זיין אין געפאר. לויט זיי וועלן האריקענס און פארפלייצונגן קיינמאל נישט אנקומען ווייל די גלאבאלע אנווארעמען עפעקט וועט געדויערן פיל לענגער ווי איינער קען טראכטן.


איז מעגליך אפצוהאלטן גלאבאלע אנווארעמען?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין אמת'ן איז בכלל נישט שייך אפצוהאלטן גלאבאלע אנווארעמען סיידן מען דרייט צוריק די יוצרות און מען גייט צוריק צו די פערד און וועגנער, לאמטערנעס, און ווינט שיפלן. די היינטיגע אינדוסטריאלע וועלט גיט ארויס אסאך אפפאל צו די אטמאספערע און נאר אויב מענטשן זענען גרייט צו נוצן ווייניגער ענערגיע קען מען ערווארטן עפעס א פארבעסערונג. אבער דאס איז נישט מעגליך דורכצופירן ווייל עס וואלט געמיינט נוצן ווייניגער לעקטער, נוצן וויייגער הייס וואסער, און נישט נוצן עיר קאנדישענערס. און ווער איז דען גרייט?

וויאזוי אימער, איז יא פאראן וועגן וועגן וויאזוי מען קען צוהעלפן האלטן א ריינע ענווייראמענט דורך זיכער מאכן אז די אויטאס זענען שטענדיג פארראכטן און אונטערגעזוכט לויט די רעקאמענדירטע סקעדזשועל ווייל אן אויטא וועלכע מאכט פראבלעמען קען אין אסאך פעלער ארויסגעבן מער עמישענס צוליב איר פעלערהאפטיגע טיילן. רעסייקלן איז נאך א וויכטיגע זאך צו העלפן די ענווייראמענט ווייל וואו מער מיסט עס גייען צו די אפפאל פעלדער אלס מער אונטערערדישע שעדליכע כעמיקאלן ווערן צונויפגעזאמעלט און גייען אריין אין די אקעאנען פון וואו עס וועפט שפעטער אויס צו די לופט.

אגב, איז פאראן א גוטע עצה צו האלטן די לופט ריין אין הויז דורך קויפ'ן אדער פלאנצן לעבעדיגע בלעטער (פלענטס). די טבע פון בלעטער איז אז עס ציט אריין אלע סארט כעמיקאלן וועלכע שוועבן אין דער לופטן. עקספערטן זאגן אז דאס איז פיל מער ווערט ווי די עלעקטראנישע לופט פילטער מאשינען ווייל אויסער דעם וואס עס ציט בטבע אריין קארבאן דיאקסייד גיט עס אויך ארויס ריינע אקסיגן וועלכע איז וויכטיג צו האבן אין הויז אין וועלכע מען וואוינט אזויפיל שעה'ן אין א מעת לעת.

איינע פון די גרויסע צוגעבער צו די שעדליכע געדיכטע לופט אין די שטאטישע פארנומענע גאסן זענען די מיליאנען אויטאס, באסעס, און טראקס. די אלע אויטאס גיבן ארויס אסאך קארבאן דיאקסייד און קארבאן מאנאקסייד וועלכע זענען ביידע גאר שעדליכע עמישענס וועלכע מענטשן אטעמען אריין יעדעס מאל זיי גייען אויף די גאס. ווי עס קוקט אויס איז פאראן א גוטע צוקונפט פאר נייע סארט אויטאס וועלכע וועלן נישט ארויסגעבן אזויפיל שעדליכע אפפאל. אנגעהויבן פון די הייבריד אויטאס וועלכע נוצן ווייניגער גאזאלין און געענדיגט ביי באטערי אויטאס וועלכע וועלן בכלל נישט נוצן קיין גאזאלין.

נאך א וועג וויאזוי צו העלפן די ענווייראמענט איז דורך אנטוויקלן נייע סארט ענערגיע מיטלן ווי היידרא-עלעקטריק, סאלאר ענערגיע, היידראדזשין, און פיול סעל. די אלע קענען זיין שטארקע ענערגיע קוועלער און אסאך ארויסהעלפן די ענווייראמענט.


דער קיאטא אפמאך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צי גלאבאלע אנווארעמען פאסירט יא אדער נישט, איז אבער איין זאך זיכער אז די לופט אין די גרויסע שטעט איז שמוציגער און געדיכטער און אויב מען וועט דאס ווייטער לאזן אזוי אנגיין וועט עס נאר ערגער ווערן און קען האבן געזונטהייט עפעקטן אויף מענטשן און ספעציעל אויף קינדער.

העלפן די ענווייראמענט איז היינט א שטארקע ציל פון יעדע רעגירונג און מען שפענדט אסאך געלט דערפאר. די רעגירונגן האבן פארשידענע וועגן וויאזוי זיי פרובירן צו פארבעסערן די ענווייראמענט וועלכע רעכנט אריין פלאנצן מער ביימער, און ארויסהעלפן די אויטא און ענערגיע פירמעס צו אינוועסטירן אין מער פארגעשריטענע וועגן וויאזוי מען קען רעדוצירן די ארויסרינונג פון די אומריינע עמישענס.

אין 97' האט א פליגל פון די יונייטעד נעישאנס אדאפטירט א פלאן צו העלפן די ענווייראמענט דורך איינשטעלן א רייע סטאנדארטן וועלכע אלע אירע מיטגלידער לענדער זאלן אננעמען אינאיינעם. דער פלאן איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס דער קיאטא פראטאקאל אין וועלכע 130 לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין די פלענער פראצעדור.

דער פלאן האט פארלאנגט א רייע שריט וועלכע זאלן אדאפטירט ווערן און צוריק ברענגען די גרינהאוס עמישענס צו די שטאפלן וועלכע עס האט געהאלטן בעפאר די יאר 990'. דאס דארף אפיציעל דורכגעפירט ווערן ביז'ן יאר 012' דורך שניידן די 5 הויפט שעדליכע עמישענס.

דער פלאן פארלאנגט א רייע הויפט סטאנדארטן און פון דארט און ווייטער קען יעדע רעגירונג טאן וואס זי פארשטייט צו העלפן. די שטאפלן וואס יעדע לאנד האט זיך אונטערגענומען קענען צעטיילט ווערן פון איין לאנד צו די צווייטע אויב עס געלונגט פאר איין לאנד צו רעדוצירן נאך מער ווי פארלאנגט און פאר א צווייטע לאנד גייט דאס זייער שווער. טייל פון די לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו דערגרייכן דעם ציל שוין אין 08' און אזעלכע לענדער ווי אפריקאנער און אזיעאנער לענדער האבן באקומען לייכטערע צילן ווייל דער פראבלעם איז נישט אזוי גרויס דארטן לכתחילה.

דער קיאטא אפמאך איז שוין א סוקסעס פאר זיך ווען צענדליגער טויזענטער פירמעס האבן געמאלדן פלענער מיט זייערע לאקאלע רעגירונגן וויאזוי זיי וועלן רעדוצירן די אויסשפיי פון אזויפיל שעדליכע גאזן. אבער דער אפמאך האט פון אנפאנג געליטן פון א שטארקן קלאפ ווען די פאראייניגטע שטאטן האט געמאלדן אז זי וועט זיך נישט באטייליגן אין דעם אפמאך. איבעריג צו ערקלערן אז אמעריקע גיט ארויס די מערסטע עמישענס צו די ענווייראמענט און וואס איר אוועקמאכונג מיינט צו דעם אפמאך.

ווען קיאטא איז נאך געווען אין די פלאנירונג פאזעס איז נאך געווען א דעמאקראטישער פרעזידענט אין אמעריקע (ביל קלינטאן) וועלכער האט זיך יא אנגעשלאסן אין דעם פלאן אבער האט קיינמאל נישט באוויזן דאס ארויפצוברענגן אויפ'ן טיש וויבאלד די רעפובליקאנער אפאזיציע האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון. ווען די רעגירונג איז אריבער אונטער רעפובליקאנער הענט האט דער היינטיגער פרעזידענט בוש דאס באלד אפגעווארפן, מיט'ן טענה אז דאס וועט שאטן פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע.

אויב מען גייט פאקטן וועט עס טאקע שאטן די אמעריקאנער עקאנאמיע וועלכע ארבעט אויס די מערסטע קוילן פון די גאנצע וועלט. אבער עס איז זיכער אז אויב די אנדערע לענדער וועלן דעגרייכן זייער ציל וועט דאס לייגן אסאך דרוק אויף אמעריקע צו אדאפטירן ענליכע סטאנדארטן.