גדול בישראל

פֿון װיקיפּעדיע

גדול בישראל איז א ביאגראפיע און סיפורים ספר אויף לשון הקודש ארויסגעגעבן דורך יצחק יעקב פריעדמאן אום אלול תש"ס און געדרוקט ביי דפוס המעתיק אין ברוקלין ניו יארק.

דער ספר באשטייט פון צוויי טיילן: די ערשטע חלק אנטהאלט די תולדות פון רבי שלמה זלמן פריעדמאן פון טענקא, אין זעקס פרקים און דער צווייטער חלק באשטייט פון אכט פרקים פון מעשיות פון פריערדיגע רבי'ס וואס דער טענקער רב האט דערציילט.

איבער די פאלגנדע דינאסטיעס ווערט דערציילט אין צווייטן חלק: סיגעט, חתם סופר, בניו ותלמידיו, זיינע זיידעס, צאנז, בעלזא, ליסקא, זידיטשוב און וויזניץ.

דער לעצטער פרק מערכת חמדה גנוזה אנטהאלט בילדער און דאקומענטן.

בסך הכל אנטהאלטן ביידע חלקים דריי הונדערט און איין-און-זיבעציג זייטן.

הסכמות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]