גארטל

פֿון װיקיפּעדיע
א געווענליכע שווארצע גארטל

דער גארטל איז א שטריק וואס דינט אלס אייגנארטיגע מלבוש, וואס חסידים טוען אן ביים דאווענען.

גרטל משי

דער טעם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חסידים טראגן דעם גארטל כדי אפצוטיילן צווישן דעם אויבערשטן און אונטערשטן טייל גוף. דער טעם פון דעם מנהג שטאמט צוליב דעם וואס דער כהן אין בית המקדש פלעגט אויך טראגן א גארטל ביים טון די עבודה.

מנהגים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפילו די וועג וויאזוי מען טראגט און קניפט אן דעם גארטל איז פארהאן פילע מנהגים.

אסאך פירן זיך אריינצודרייען די רצועות פון זייער תפילין אין די גארטל.

דער גארטל ווערט אויך גענוצט ביים טאנצן מצוה טאנץ.

אין צאנזער הויפן, ווי באבוב, צאנז און קלויזנבורג, אזוי אויך די ירושלימ'ער אידן אויף זייערע קאפטנס, טראגן גרויסע הויכע ברייטע גארטלעך.

רבי'ס פלעגן טראגן ווייסע גארטלעך.

געוויסע חסידים ווי סקווירא, בעלזא און אנדערע טראגן דעם גארטל א גאנצן טאג.