גאט פון אברהם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

גאט פון אברהם איז אַ תפילה אין ייִדיש, געזאגט דורך די פרויען אין פילע אידישע קהילות גלייך נאך שבת. אין עטלעכע חסידישע קהילות ווערט זי אויך געזאגט דורך די מענער פאר הבדלה. מען ברענגט די תפילה אין נאמען פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער, אבער זי ווערט געפונען אין סידורים נאך פריערפון זייַן צייַט.

איין ווערסיע גייט[1]:

גאט פון אברהם און פון יצחק און פון יעקב באהיט דיין פאלק ישראל פון אלע בייזן אין דיינעם לויב אז דער ליבער שבת קודש גייט אוועק
און די וואך זאל אונדז קומען צו אמונה שלימה, צו אמונת חכמים צו אהבת ודיבוק חברים טובים צו דביקות הבורא ברוך הוא
מאמין צו זיין בשלושה עשר עיקרים שלך ובגאולה שלימה וקרובה במהירה בימינו ובתחיית המתים ובנבואת משה רבינו, עליו השלום
רבונו של עולם דו ביסט דאך הנותן ליעף כוח גיב דיינע יידישע קינדערלעך אויך כוח דיך צו לויבן און דיך צו דינען און ווייטער קיינעם נישט
און די וואך זאל אונדז קומען צו חסד און צו מזל און צו ברכה און צו הצלחה און צו געזונט און צו עושר וכבוד און צו בני חיי ומזוני לנו ולכל ישראל, אמן

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]