ברוס וויליס

פֿון װיקיפּעדיע
ברוס וויליס

וואלטער ברוס וויליס (ענגליש: Walter Bruce Willis; געבוירן דעם 19טן מערץ 1955) איז אן אמעריקאנער זינגער און געוועזן אן אקטיאר.

ער איז געווארן באקאנט אין די סוף 1980ער יארן און האט זינט דאן אנגעהאלטן א קאריערע אין סיי אלס א האליוואוד פירענדער פערזענליכקייט און סיי אלס א סופארטינג אקטיאר.

באזונדער איז ער באקאנט אלס זיין כאראקטער וואס ער שפילט אין די דיי הארד דראמא און עקשאן סעריע פילמען אלס זיין ראלע אין א גיבור און תמימות'דיגער אבער פיל מיט סענס אפ הומערדיגער העלדישיר קעמפער מיטן נאמען זשאן מקלעין.

וויליס האט חתונה געהאט מיט דער אקטריסע דעמי מור און זיי האבן געהאט דריי מיידלעך צוזאמען ביז זיי האבן זיך גע'גט אין 2000 נאך דרייצן יאר וואויננדיג צוזאמען. ער איז אבער פארבליבן נאנטע חבר צו איר און ביז זי האט נישט ווידער חתונה געהאט מיט אן אנדערן האט יעדער גאהאלטן אז זיי גייען נאך ווידער צוריק חתונה האבן דערווייל אבער זענען זיי בלויז גוטע פריינט וואס גייען איבעראל צוזאמען כאטשיג זי האט שוין א צווייטן מאן.

ער איז פון די איינציגסטע גרויסע אקטיארן וואס זענען פובליקלי ארויסגעקומען צו שטיצן בושס איראק מלחמה אין פארשידענע אינטערוויאוס אויך איז ער שטארק פרא מדינת ישראל קעגן די אראבער א זאך וואס איז זעלטן ביי די ליבעראלע האליוואוד קרייזן. ער איז אויך לטובת באמבאדירן די מעקסיקא טאבאקא פעלדער צו לימיטירן די דראגס וואס מ'שווערצט פון דארטן קיין אמעריקע צו קארופטירן די איגענט.

זיינע פילמען שארן ביליאנען, זייענדיג דער זעקסטער מערסט געלט געמאכטער שטערן אין האליוואד.