ברוך תאומים-פרענקל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי ברוך תאומים-פרענקל (ה'תק"ך - ז' תמוז ה'תקפ"ח) באקאנט אלס "דער לייפניקער רב", דער ברוך טעם.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי ברוך איז געבוירן אין אסטראווצע אין יאר ה'תק"ך צו זיין פאטער הרב יהושע חזקיה יחזקאל פייוויל תאומים-פרענקל. רב אין אסטראווצע, א זון פון הרב יוסף, רב אין אסטראווצע.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי ברוך איז געווען רב ווישניצא דריי און צוואנציג יאר פון ה'תקל"ח. נאכהער אין יאר ה'תק"ס איז ער געווארן רב אין לייפניק ביז ער איז נפטר געווארן.[1]

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי ברוך איז נפטר געווארן ז' תמוז ה'תקפ"ח.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין יאר תקל"ח, ביים עלטער פון אכצן יאר, האט רבי ברוך געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון ר' יהודה פרנס, ראש הקהל פון ווישניצא, א זון פון הרב ברוך פרנס, אן איידעם פון הרב יצחק סג"ל לאנדא, רב אין קראקא. בזיווג שני האט רבי ברוך געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה לייב הלוי פון ליסא; זי איז נפטר געווארן אין תקס"ט. בזיווג שלישי האט רבי ברוך געהייראט די אלמנה פון הרב משה הכהן ראפאפארט, א טאכטער פון הרב צבי יהושע הלוי הורוויץ רב אין טריביטש און טארנא, זון פונעם רבי'ן ר' שמעלקא. זיינע קינדער:

  • הרב יוסף תאומים-פרענקל פון פלאנסק.
  • מרת רחל פייגא (געב' תקנ"ז בערך), די ווייב בזיווג ראשון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
  • די ווייב בזיווג שני פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
  • די ווייב פון הרב מנחם מאניש תאומים-פרענקל.
  • מרת יוכבד רבקה (תקס"ה - תקצ"ד בערך) די ווייב פון הרב מאיר יחיאל הלוי קאמינער, אן אייניקל פונעם מגן אברהם
  • מרת חיה די ווייב פון הרב ישעיה שיף פון זאמאשטש
  • מרת גיטל די ווייב פון הרב שלמה זלמן גאלדשטאף פון קראקא.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • ברוך טעם - זעקס סוגיות
  • עטרת חכמים - שו"ת אין חדושי סוגיות (יאזעפאוו, תרכ"ו)[2]
  • מרגניתא דר"ב, מרגניתא דר"ב השלם - על התורה
  • ברוך שאמר - חדושי הש"ס
  • חדושי ברוך טעם - חדושי הש"ס
  • דרושי ברוך טעם


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אונציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נפתלי אהרן וועקשטיין, ויתילדו, 79
  1. לייבל לעווין, גזע פאר, טאבעלע 24
  2. שער בלאט פון "עטרת חכמים"