בראנקס (קאקטעיל)

פֿון װיקיפּעדיע

בּראָנקס איז א קאקטעיל גאנץ ענליך צו א פּערפעקט מארטיני מיטן צוגאב פון מאראנצן זאפט גערופן נאך די ניו יארקער באראו בראנקס.

די בראנקס קאקטעיל

עס אנטהאלט דזשין, זיסע און טרוקענע ווערמוט און מאראנצן זאפט. עס ווערט סערווירט אהן אייז.

אין 1934 איז עס געווען די דריטע אויף די ליסטע פון צעהן מערסט באוואוסטע קאקטעילס, נאך די מארטיני און מאנהעטן.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]