בראונאו אם אין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בראַונאַו־אַם־אין (דייטש: Braunau am inn) איז א שטאט אין אים געגנט, צפון־מערב אויבער עסטרייך. די שטאָט געפינט זיך 90 ק"מ מערב פון לינץ און 60 ק"מ צפון פון זאלצבורג אויפן גרענעץ מיט דייטשלאנד. די שטאט האט א באפעלקערונג פון ווייניקער ווי 20,000 באוווינער.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בראַונאַו־אַם־אין ווערט גערעכנט איינע פון די אוראלטע שטעט אין עסטרייך . זי ווערט ערשט דערמאנט ארום דעם ציווילן יאר 810 און האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1260. בראונאו אם אין האט זיך אנטוויקלט אין א וויכטיקער פעסטונג שטאט צוליב איר לאקאציע אויפן אין טייך, וואס איז געווען א טראנספארט רוטע פאר זאלץ פון די מינעס אין זאלצבורגער געגנט.

במשך די יאָרן, האט קאָנטראָל איבער דער שטאָט געטוישט צווישן עסטרייך און דייטשלאַנד עטלעכע מאל. אין אנהייב פונעם 18טן יאָרהונדערט איז בראונאו־אם־אין געווען דער וווינאָרט פון דעם בייערישן פּאַרלאַמענט.