בראהמאגופטא

פֿון װיקיפּעדיע

בראַהמאַגופטאַ (סאנסקריט: ब्रह्मगुप्त;‏ 597–668) איז געווען אן אינדישער מאטעמאטיקער און אסטראנאם וואס האט געשריבן צוויי וויכטיקע ווערק וועגן מאטעמאטיק און אסטראנאמיע. מען האלט אז בראַהמאַגופטאַ האט געשטאמט פון בהינמאל און האט געוואוינט דארט זיין גאנצן לעבן.

בראַהמאַגופטאַ איז געווען דער ערשטער וואס האט אוועקגעלייגט כללים וויאזוי צו רעכענען מיט נול. די געשריפטן פון בראַהמאַגופטאַ זענען פארפאסט געווארן אין פֿערזן, לויטן שטייגער פון אינדישער מאטעמאטיק. קיין באווײַזן ווערן נישט געברענגט, במילא ווייסט מען נישט וויאזוי בראַהמאַגופטאַ האט ארויסגעקריגן זיין מאטעמאטיק.[1]

ער איז געווען דער פירער פון דער שטערן אבסערוואטאריע אין אודזשיין, וואס איז דעמאלסט געווען דער צענטער פון אינדישער מאטעמאטיק.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בראהמאגופטא