בערבעשט

פֿון װיקיפּעדיע
גשר בבערבעשט

בערבעשט (רומעניש: Berbeşti, אונגאַריש: Bárdfalva) איז א דארף אין מאראמאראש, רומעניע, 10 ק"מ דרום פון סיגעט. בערבעשט געהערט צו דער קאמונע דזשיולעשט. אין 2002 האבן געוואוינט דארט 1,535 איינוואוינער.

אין יידישער היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערבעשט ווערט פאררעכנט פון די גלילות פון סיגעט, און די סיגוטער רבנים פלעגן דארט האבן די אויטאריטעט צו שטעלן רבנים און שוחטים. אין 1877 האבן געוואוינט אין בערבעשט 266 יידן, און אין 1920 זענען געווען 550.‏[1]

47°51′N 23°56′E / 47.850°N 23.933°E / 47.850; 23.933

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "בערבעשט", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)