בנימין מילער

פֿון װיקיפּעדיע
בנימין מילער
וואוינארט אנטווערפן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בנימין מילער (ענגליש: Benjamin Muller) איז דער וועלט־באַריהמטער חזן פון דער שומרי הדת קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע.

ער האט געקריגן א מעדאל פינעם בעלגישן קעניג. זיין ערשטע נאכט סליחות דאווענען וועהרט יעהרלעך געוויזן אויף די קעניגלעכע טעלעוויזיע-קאנאל אין בעלגיע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בנימין מילער איז געבוירן אין גענף, שווייץ צו זיין פאטער אברהם מילער און זיין מוטער חוה שטערנבערג. ער שטאמט פון א רבנישער און חזנישע משפחה פון וועלכע זענען דא עד היום אסאך רבנים ומרביצי תורה. זיין מוטערליכער זיידע ר' שמואל שטערנבערג, פון די "יושבים" אין בעלז, איז גיווען א בעל תפילה ובעל מנגן נאך אין גאליציע און דערנאך אין גענף.

אהרן מילער, רב אין באדען שווייץ, איז זיין ברודער.

חזנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בנימין מילער האט געיַרשענט זיין וואונדערליכע שטימע דורך זיין מאמע, וואס פלעג אים זינגען חזנות שטיקלעך ווען ער איז געווען א קליין קינד.

ער איז געווען חזן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע און מאנטרעאל, קאנאדע. היינט דינט ער אלס הויפט חזן פון דער שומרי הדת קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע. ער איז היינט א וועלט באקאנטער חזן וואס איז גלייכצייטיג אויך באקאנט אלס א גרויסער ת"ח ויר"ש.

זיינע קינדער יוסף (תל אביב), ישראל (בריסל) און רפאל חיים (מאנטשעסטער) זענען אלע פּראמינענטע חזנים.

ספרים און ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פירושים אויף קהלת און שיר השירים, אזוי אויך קאמיקס פאר קינדער.

אָלבאָמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • CONCERT HIGHLIGHTS
  • אבן שסיה
  • KOL NIDRE AND OTHER PRAYERS
  • חנוכה קאנצערט
  • סליחות

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]