בית יהודי
בית יהודי איז א שול אין דער שטאט מאנסי וואס געהערט פאר הרב משה בער בעק, און איז זיין ארט פון ווי ער טרעט ארויס מיט זיינע מיינונגען בונגע הכלל והפרט. און ספעציעל ווערט דארטן אנגעפירט זיין קנאות'דיגע שיטה, פאררופן אויף דער נטורי קרתא פלאטפארמע, און ווערן געזען אלס א פראקציע און/אדער שפלינטער גרופע פון דער אלגעמיינער נטורי קרתא באוועגונג.
זיי באשטייען נישט פון קיין קהלה מיט צוגעהערן, נאר ליבערשט איז דאס א געוויסער קרייז צוזאמענגענומען פון פארשידענע שטרעמונגען פון כלל ישראל וואס זענען פאראייניגט אין א געוויסער אידעאלאגיע.
די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין יאר תש"מ ווען הרב בעק האט זיך אריבערגעצויגן פון מאנטריאל קיין מאנסי, אויפן אינציאטיוו פון דעם ארטיגן ראש הקהל הרב פנחס פעלדמאן, און באנאזאם האבן זיי צעביסלעך צוזאמען גענומען די אלע וואס זענען אין דער באוועגונג אונטער איין פאן.
דער אפיציעלער ווארט זאגער זייערער איז הרב ישראל דוד ווייס א זון פון אן אריסטאקראטישער פילאנטראפישע פאמיליער פון בארא פארק, וואס ער איז אהינגעצויגן געווארן בעיקר דורך'ן זוכן א פרומען ווינקל אין דער וועלט לויט זיין גייסט, און זייענדיג א טאלאנטפולער רעדנער און שרייבער האט ער זיך אויטאמאטיש ארויפגערוקט אויפן לייטער, ביז ער איז געווארן דער ווארטזאגער ביי זיי. אזוי אויך קערט אן אהין הרב מאיר שילער וואס דינט אויך פילמאל אלס ווארטזאגטער, און/אדער שרייבער און רעדע געבער אין די ענגלישע שפראך זייענדיג א גרויסער באוואוסטער דענקער, דער פאראדאקס איז אז ער אזוי ווי הרב ווייס איז אויך אנגעקומען אהין צו זעטיגן זיינע פולע אידעלאגישע און פראקטישע פרומקייטן, וואס אריגינאל איז ער א רחמיסטריווקער חסיד און ער איז נאך דערצו אויפגעצויגן געווארן אין א מאדערן ארטאדאקסישער שטוב.