בנימין נתניהו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ביבי נתניהו)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
בנימין נתניהו

בנימין נתניהו איז געווען דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (1996-1999), און ווידערדערוויילט אום 2009.

ער איז דער ברודער פון יונתן נתניהו, דער אפיציר וואס איז אומגעקאמען, ביי דער ענטעבע אפעראציע אין 1976.

ער האט געדינט אלס זעלנער אין סיירת מטכל, ווי זיין ברודער האט געדינט, ער האט נאכדעם געלערנט אין די פאראייניקטע שטאטן.


אינהאַלט

[באַאַרבעטן] יונגווייז און ערשטע טריט

נתניהו איז געבוירן אין תל אביב, דער וואקסן און געלערנט אין ירושלים און אין פילאדעלפיע. ער איז דער צוויטער זון פון צווישן דריי קינדער פון צילה און פראפ' בנציון (נפטר געווארן ח' אייר תשע"ב) נתניהו (מיליקאווסקי). ארום די יארן 1960 איז די משפחה געוועזן צומאל אין ישראל און צומאל אין אמעריקע. אין די יארן 1963 - 1967, האט די משפחה געוואוינט אין אמעריקע אין טשעלטנהאם און פֿילאדעלפֿיע. דארטן האט נתניהו געלערנט אין הויכשולע, און געוועזן א מיטגליד אינעם דעבאטירן קלוב.

[באַאַרבעטן] אין מיליטער

ווי ער האט געענדיקט הויכשולע, האט זיך נתניהו אומגעקערט קיין ארה"ק צו דינען אין מיליטער. אין מיליטער איז ער געווען א קריג סאלדאט און א גענעראל אין סיירת מטכ"ל. אין דעם סיירת האט ער גענומען א טייל אין געהוילטע אפעראציעס, אין דעם 8טן מיי 1972 האט ער א טייל גענומען אין דער אפעראציע ווען א פליגער פון "סאבענא" איז פארכאפט געווארן דורך רוצחים פון לוד עראפארט. די אפעראציע האט געפירט אהוד ברק, וואס איז דעמאלטס געווען דער גענעראל פון דעם סיירת. נתניהו איז פארוואונדעט געווארן אין דער אפעראציע, פון א שאס וואס איז ארויס שלא בכוונה פון זיין חבר'ס ביקס.

אין יאר 1972 האט ער געענדיקט צו דינען אין צה"ל מיט דעם טיטל אפיציר.

[באַאַרבעטן] שטודירן אין אמעריקע

נאכן מיליטער, האט ער זיך אומגעקערט אין אמעריקע. און שטודירט דארטן פאר אן ערשטן דיפלאם אין ארכיטעקטור און א צווייטן דיפלאם אין האנדל. די טיטלען האט ער באקומען אין MIT. דערנאך ,און אין הארורד יונברסיטי האט ער געלערנט פאליטישע וויסנשאפט אין הארווארד אוניווערסיטעט. אין יענער תקופה האט ער אויכעט געארבט אין דער ביזנעס עצות פירמע "באסטאן קאנסולטירן גרופע". אין יענער תקופה האט ער געטוישט זיין משפחה נאמען צו "ניתאי" (מיט דעם נאמען האט זיין טאטע געפלעגט זיך אונטער חתמענען אויף ארטיקלען וואס ער האט געשריבן). יארן שפעטער, אין א אינטערוויו צו דער טעלעוויזיע, האט ער ערקלערט, אז ער האט דאס געטון כדי עס זאל זיין גרינגער פאר מענטשן אין דעם געגנט וואס רעדן נישט קיין העברעיש אויסצודרוקן זיין נאמען.

וןען ס'האט אויס געפלאצט דער יום כיפור קריג אין יאר 1973 איז ער צוריק געקומען קיין ישראל אטייל צו נעמען אין דעם קריג. און ווען ס'האט זיך געענדיקט האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע.

אין יאר 1976, האט ער פאלארן זיין ברודער יונתן (יוני) נתניהו, וואס איז געהרגעט געווארן אין דער ענטעבע אפראציע אלס גענעראל אין סיירת מטכ"ל.


[באַאַרבעטן] אין ישראל

נאך ווען ער האט געענדיקט שטודירן אין 1977 האט ער זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל און געארבעט אלס פארקויפן דירעקטער פון דער מעבל קאמפעני "רים".

אין די יארן 1978 - 1980 האט ער אויכעט געפירט אן ארגאניזאציע אונטער דעם נאמען "מכון יונתן צו אויס פארשטן די טערור" וואס האט איינגעארדנט עטלעכע אינטערנאציאנאלע קאנגרעסן וועגן דעם סוביעקט פון טעראר. דארטן האט ער זיך ערקענט מיט אפאר פאליטיקאנטן, איינער פון זיי איז געווען דער מיניסטער משה ארענס וואס האט אים מקרב געווען, ער האט אים אריין געברענגט אין פאליטיק און האט אים רעקאמענדירט צו דינען אלס א דיפלאמאט פון ישראל אין וואשינגטאן. דעם פאסט האט ער געהאלטן אין די יארן 1982 - 1984.

אין די יארן 1984 - 1988 איז ער געוועזן אמבאסאדאר פון ישראל אין די פאראייניקטע פעלקער און ער האט זיך ארויס געוויזן מיט זיין אויס געצייכנטע אינטערוויוס צו דער וועלטלעכער טעלעוויזיע.

אין 1996 איז ער געווארן צום ערשטן מאל פרעמיער מיניסטער פון ישראל.


פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל
דוד בן גוריון משה שרת לוי אשכול גאלדע מאיר יצחק רבין מנחם בעגין יצחק שמיר שמעון פרס בנימין נתניהו אהוד ברק אריאל שרון אהוד אלמערט
I 1948 - 1954 1954 - 1955 1963 - 1969 1969 - 1974 1974 - 1977 1977 - 1983 1983 - 1984 1984 - 1986 1996 - 1999 1999 - 2001 2001 - 2006 2006 - 2009
II 1955 - 1963 1992 - 1995 1986 - 1992 1995 - 1996 2009 -
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן