באפי די וואמפיר יעגערין

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא

באַפֿי די וואַמפּיר יעגערין (ענגליש: Buffy the Vampire Slayer) איז אן אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע, געשאפן פון דזשָאס וועדָאן, וואס האט אויך די סצענאר געשריבן, און פראדוצירט דורך 'פאקס דער צוואנציגסטן יארהונדערט'. די פראגארם איז אורשפרינגליך אויסגעשטראהלט געווען פון 10טן מערץ 1997 ביז 20סטן מיי 2003 אין זיבן שטאפלען מיט 144 פאלגן אינסגעזאמט. אין 2007, די סעריע איז געווען אויסגעקליבן פון דער זשורנאל "טיים" אלס איינע פון די בעסטע הונדערט אין דער געשיכטע. זי האט געווינען 41 פרייזן, דאפון צוויי "עמי'ז", און איז געווען פארגעשלאגט פאר נאך 100. "באפי" האט באקומען הויכע איינשאלטקוואטעס (שאצונג), און דורכשניטלעך האט יעדע פאלגע ארום פינף מיליאן צושויער אין די פאראייניקטע שטאטן; די גרויסטע אוידיענץ האט די פאלגע "אומשולד" (Innocence) מיט 8.2 מיליאן.

וועדאן האט געשריבן די סצענאר אלס א משל אויף דערוואקסונג, און די איבערלעבונגן פון די כאראקטער זינד אן אפמאלונג פון די צרות פון יונגעלייט אלס זי ווערן גרויס. פראפעסארן דעיוויד ווילקאקס און ראנדא לאווערי שרייבן אז אין 'באפי', "די פראבלעמען פון די צענערלינגע ווערן, ווארטליך, צום מאנסטער." די סעריע האט אויך א שטארקע פעמיניסטישע אנזאג: וועדאן זאגטע וואס ער האט באקעמן די געדאנק צו די מעשה וייל ער איז געווען מיד און געלאנגווייליקט פון "אלע שוידער-פילמן ווי מ'זעט א שוואכע, ווימפערליכע בלאנדע מיידל. איך האב געוואלט זען וואס וועט פאסירן אלס די מיידל וועט די העלדין זיין."

די סוזשעט האנדעלט פון בּאַפי סאַמערְז, וואס איז א זעכצן-יאר-אלט שילערין אין דער סאַנידייל-מיטלשולע ווען די געשיכטע הייבט אן. זי איז נישט א פשוט'ע מיידל: אין יעדעם דור איז איין מויד אויסדערוויילט צו דינען אלס די "יעגערין"; זי באקומט איבער-מענטשליכע כוחות און זאל שוצן די וועלט פון וואמפירן, שדים, מזיקים און אנדערע באשעפנישע פון די פינסטערניש. באפי איז די היינטיקע יעגערין. זי ליבט נישט אירע פליכט, אבער מוז אויספאלגן. צוזאמען מיט אירע "וועכטער", דזשאיילס, און א קליינע באנד פון חברים וואס ווייסט וואס זי איסט - הויפטליך ווילאָ און זאַנדער; ס'דו אויך ענדזשעל, א וואמפיר וואס האט באקומן זיין נשמה צוריק דורך כישוף - קעמפפט זי קעגן פארשידענע פיינדע. אם אנהייב, איז דאס דער אלטע וואמפיר בעקאנט אלס "דער מייסטער", און זיינע משרתים. שפעטער ס'דו די וואמפירן ספּאַייק און דרוּסילאַ; דער בירגער-מייסטער ווילקינס, וואס וויל פארוואנדלען זיך אין א שד און פארניכטן די שטאט סאנידייל; די גאטין גלארי. די לעצטע און מעכטיסקטע קעגנער, אין שטאפל 7, איז דער "ערשטער בייזע", ענליך צום סטרא אחרא. ווערענד דאס אלעס מוזן באפי און אירע חברים אויך האנדלען מיט די זעלבע צרות ווי אנדערע יונגעלייט אין זייערע עלטער: אומגליקליכע ליבע, נאַרקאָמאַניע, פארגעוואלדיגונג, געשלעכטיקע אידענטיטעט ספקות און וייטער.

אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • שרה מישעל געלער אלס באפי אן סאַמערז
  • עליסאָן האָניגאַן אלס ווילאָ ראָזענבערג
  • ניקאָלאַס ברענדאָן אלס אלעקסאנדער "זאַנדער" האַריס
  • אנטאָני סטיוערט העד אלס רוּפּערט דזשאַיילס
  • קאַריזמאַ קאַרפּענטער אלס קאָרדיליאַ טשעייס
  • דעיוויד בּאָריאַנאַז אלס ענדזשל
  • עלאַייזאַ דוּשקוּ אלס פעייט ליהאַן
  • דזשיימס מאַרסטערס אלס ספּאַייק
  • עמאַ קאָלפילד אלס אַניאַ
  • סעט גרין אלס אָז
  • מאַרק בּלוּקאַס אלס ראַיילי
  • מישעל טראכטענבערג אלס דאָן סאמערז
  • רוּבּיאַ לאַמאָרט אלס דזשעני קאַלענדאַר
  • ראָבּין זאקס אלס איתן רעיין
  • אַמבּער בענסאָן אלס טאַראַ
  • קריסטין סאַטערלאַנד אלס דזשויס סאמערז
  • דזשולייעט לאנדאו אלס דרוסילא
  • מאַט מעטקאַלף אלס דער מייסטער
  • דזשולי בענץ אלס דאַרלאַ
  • האַרי גראָנער אלס ריטשארד ווילקינס (דער דריטער)
  • ק. טאָד פרימאַן אלס ר' טריק
  • דזשארזש הערצבערג אלס אדם
  • קלער קרעמער אלס גלאָריפיקוּס
  • נתן פיליאָן אלס כָּלֵב

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]