באנק-מאנומענט באן סטאנציע
באַנק' (Bank) און מאנומענט (Monument) זענען צוויי לאנדאנער אונטערגרונט און דאקלאנדס לייכטע באן סטאנציעס אין דער סיטי פון לאנדאן, וואס זענען אין אמתן איין סטאנציע מיט צוויי נעמען. באנק סטאנציע, וואס טראגט דעם נאמען פונעם באנק פון ענגלאנד, האט געעפנט אין 1900, און ווערט באדינט פון די צענטראלע, נארדערנע און וואטערלו און סיט ליניעס, און דער דאקלאנדס לייכטע באן. מאנומענט סטאנציע, וואס האט געעפנט אין 1884, נאכן מאנומענט צו דער גרויסער שריפה פון לאנדאן, געפינט זי אויף די דיסטריקט און קרייז ליניעס.
מען האט פארבונדן די צוויי סטאנציעס אין 1933.[1] די פארבודענע סטאנציע איז די אכטע מערסטע באשעפטיקסטע אין דער לאנדאנער אונטערגרונט נעצווערק, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.
אינהאַלט |
היסטאריע [באַאַרבעטן]
די מאנומענט סטאנציע האט געעפנט מיטן נאמען "איסטשיפ" דעם 6טן אקטאבער, און מען האט זי געגעבן דעם נאמען 1884 "דער מאנומענט" דעם 1טן נאוועמבער 1884.[1]
די וואטערלו און סיטי באן איז געבויט געווארן דורך דער לאנדאן און דרום מערב באן (L&SWR) צו פארבינדן איר סוף־סטאנציע וואטעלו מיט דער סיטי. די סטאנציע, מיט פעראנען אונטער קעניגין וויקטאריע גאס, האט געעפנט דעם 8טן אויגוסט 1898 מיטן נאמען "סיטי".[1] מען האט געענדרט דעם נאמען פון די וואטערלו און סיטי ליניע פעראנען צו "באנק" דעם 28סטן אקטאבער 1940.[1]
די ערשטע סטאנציע מיטן נאמען באנק האט געעפנט דעם 25סטן פעברואר 1900 ווען די סיטי און דרום לאנדאן באן (C&SLR, היינט א טייל פון דער נארדערנער ליניע) האט פארלענגערט איר ליניע פון בארא אונטערגרונט סטאנציע צו מורגייט אונטערגרונט סטאנציע.[1]
טראנספארט לינקען [באַאַרבעטן]
לאנדאנער בוסן רוטעס 8, 11, 15, 21, 23, 25, 26, 40, 43, 76, 133, 141, 242 און 388, און נאכט בוס רוטעס N8, N11, N21, N26, N76, N133, N550 און N551, באדינען די סטאנציע..
גאלעריע [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
וועבלינקען [באַאַרבעטן]
- א געמעל פונעם באנק/מאנומענט סטאנציע קאמפלעק
- נאך א געמעל (קאלירט)
- לאנדאנער אונטערגרונט מוזיי פאטאגראפיע ארכיוו
| פֿריערדיגע סטאנציע | באנק |
פֿאלגנדע סטאנציע | ||
|---|---|---|---|---|
| ליווערפול סטריט | צענטראלע ליניע | סאנט פאלס | ||
| מורגייט | נארדערן ליניע | לאנדאנער בריק | ||
| וואטערלו | וואטערלו און סיטי ליניע | סוף-סטאנציע | ||
| פֿריערדיגע סטאנציע | |
פֿאלגנדע סטאנציע | ||
|---|---|---|---|---|
| סוף-סטאנציע | דאקלאנדס לייכטע באן | שאדוועל | ||
| פֿריערדיגע סטאנציע | מאנומענט |
פֿאלגנדע סטאנציע | ||
|---|---|---|---|---|
| קאנאן סטריט | דיסטריקט ליניע | טאער היל | ||
| קאנאן סטריט | קרייז ליניע | טאער היל | ||
|
אילינג בראדוויי |
קליק צו פארגרעסערן |