באנקראטירונג

פֿון װיקיפּעדיע

באנקראטירונג איז א לעגאלע דעקלעראציע פון אן אינדיווידועל אדער פירמע אז מען קען מער נישט באצאלן די קרעדיטארס (מלוה) און די הלוואות ווערן לעגאל אפגעווישט אונטער א געריכט.

באנקראטירונג איז איינע פון די מערסטע קאמפליצירטע אפטיילונגן פון דעם געזעץ וועלכע נעמט אריין עלעמענטן פון קאנטראקט געזעץ, קאאפעראציע געזעץ, שטייער געזעץ, און ריעל עסטעיט געזעץ. באנקראטירונגן פאסירן יעדן טאג און פון צייט צו צייט פאסירט א באמבאסטישע באנקראטירונג פון א גרויסע פירמע. אין די לעצטע עטליכע יאר האט דאס לאנד מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע פאלן ווען אזעלכע פירמעס ווי ענראן, וואורלד קאם, און אדעלפיע זענען צוזאמענגעפאלן ווי אן אייזבארג אין דער פרילינג. אויב דאס איז נישט גענוג געווען איז אנגעקומען סעפטעמבער 11 און מענטשן האבן אנגעהויבן פארכטן צו פארן מיט פליגער און איינע נאך די אנדערע האבן רוב גרויסע עירליינס זיך דעקלערט באנקראט כדי זיי זאלן זיך קענען ווידער-ארגאניזירן און צוריק אנהייבן מאכן געלט.

כאטש ביזנעס באנקראטירונג פארנעמט נאר 2 פראצענט פון אלע באנקראטירונגן האבן זיי אבער די גרעסטע עפעקט ווייל אמאל קען זיך דאס רעדן פון גרויסע געלטער וועלכע קען שעדיגן פארשידענע סעקטארן אין די עקאנאמיע. אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר באטראכטן אלע באנקראטירונג סארטן אונטער דאס געזעץ און וויאזוי דאס ארבעט. ווער צאלט וועם, און וויאזוי א פירמע קען זיך רע-ארגאניזירן בשעת עס לויפט אונטער באנקראט.


פארוואס באנקראטירן?[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייער פשוט, א פירמע מאכט נישט קיין געלט און זאמעלט אן חובות מער וויפיל זי קען באצאלן און פארבלייבט מיט די איינציגסטע ברירה פון באנקראטירן וואס מיינט אז זי באקומט לעגאלע באשיצונג פון אירע קרעדיטארס און זי קען פארמאכן די טירן אדער אנהייבן פון דאסניי און מאכן א פלאן וויאזוי זי וועט דאס עווענטועל באצאלן. וויאזוי אימער, איז דער הויפט געדאנק אז אלע חובות וועלכע די פירמע איז שולדיג פאר אירע קרעדיטארס גייט אריין אונטער די באנקראטירונג געזעץ וואס מיינט אז אלע פאליסיס וועלכע די קרעדיטאר פירמע האט איז נישט גילטיג און אלע דעטאלן וועט אויסגעארבעט ווערן אונטער די רעגירונג'ס געזעץ מיט די הילף פון אדוואקאטן און א געריכט. יעדע נארמאלע פירמע קען נישט עקזיסטירן פון איר אייגענע געלט און וועט דארפן צוקומען צו הלוואות פון בענק, פינאנציעלע פירמעס, און פריוואטע אינוועסטירער. ווען די פירמע וועט זען אז לויט איר הלוך ילך איז מער נישט פאראן קיין האפענונג צו קענען באצאלן וועט זי באנקראטירן. א ביישפיל איז געווען די ריטעיל פירמע קעי-מארט וועלכע האט געהאט אנגעזאמעלט אסאך חובות זינט וואל-מארט און אנדערע ריטעיל קייט געשעפטן האבן קאנקורירט מיט איר און זי האט אנגעהויבן פארלירן געלט וועלכע האט זיך אנגעזאמעלט מער און מער ביז עס איז געקומען צו א פונקט ווען די פירמע האט מער נישט געהאט גענוג געלט צו באצאלן אירע סופלייערס און האט באנקראטירט. טיילמאל פאסירן אזעלכע זאכן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן ווען א פירמע איז געוואנדן אויף עטליכע גרויסע קאסטומערס און אויב איינע פון זיי זאגט זיך אפ בלייבט די פירמע מיט אלע קאסטן פון פראדוקציע און אפעראציע און די פארדינסטן זענען ווייניגער פון דעם. א ביישפיל איז א דרוקעריי פירמע וועלכע פארמאגט א ריזיגע פובלישער און איין טאג וועט די פובלישער איבערלאזן דעם דרוקעריי און גיין צו א צווייטן און די פירמע וועט זיך טרעפן אין א פינאנציעלע חורבן איבערנאכט. א צווייטע ביישפיל קען זיין ווען א פירמע טרעפט זיך אין א סקאנדאל אדער אנקלאגע און ווערט געצווינגן צו צאלן א ריזיגע סומע געלט און בלייבט איבער מיט גארנישט. אין א פובליק פירמע וועלכע פארקויפט אירע שעירס אויפ'ן סטאק מארקעט קענען די זאכן פאסירן נאך גרינגער ווען א סקאנדאל שווימט ארויף און אינוועסטירער נעמען ארויס זייער געלט און די סטאק קראכט און די פירמע טרעפט זיך אן געלט. די געזעצן פון באנקראטירונג באשיצט ביידע צדדים און דערפאר וועט אין טייל פעלער די קרעדיטאר אריינצווינגן די פירמע אין באנקראטירונג וויבאלד זי זעט אז די פירמע פלאגט זיך און האט נישט קיין געלט צו באצאלן אדער אויב די פירמע באצאלט ערשט פאר א צווייטע פירמע וועלכע איז נישט יושר.


די יסודות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די געזעצן פון באנקראטירונג איז זייער קאמפליצירט און עס נעמט געניטע אדוואקאטן צו בעארבעטן די דעטאלן. די געזעצן קענען זיין אנדערש אין איין סטעיט פון די אנדערע אבער אין גענעראל נוצן אלע סטעיטס די זעלבע טערמינאלאגיע וועלכע מיר וועלן יעצט באטראכטן. יעדע באנקראטירונג פארמישט צוויי פארטייען וועלכע זענען די דעבטאר און קרעדיטאר. די דעבטאר איז די פירמע וועלכע איז אויף צרות און די קרעדיטאר איז די פירמע אדער אינוועסטירער וועלכע האט געבארגט געלט פאר איר. געווענליך איז פאראן מער ווי איין קרעדיטאר ווייל א גרויסע ביזנעס פארמישט עטליכע בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס און אינוועסטירער אויב זי איז אויפ'ן סטאק מארקעט. א דעבטאר קען האבן צוויי סארט חובות – פארזיכערטע און אומפארזיכערטע. צום ביישפיל אויב די פירמע האט א געביידע אויף וועלכע זי האט א מארטגעדזש פון א באנק איז דאס א פארזיכערטע חוב וויבאלד די באנק האט די רעכט צו קומען אפנעמען די געביידע און דאס פארקויפן פאר א צווייטן. אומפארזיכערטע געלט קומט געווענליך פון פינאנציעלע אינסטיטוציעס און אינוועסטירער וועלכע בארגן געלט פאר די פירמע מיט'ן חשבון אז איר ביזנעס פלאן קוקט אויס גוט און די פירמע וועט מאכן געלט פון וועלכע זיי וועלן באקומען א געוויסע פראצענט פון די פארדינסטן. אין אזא פאל בלייבן די קרעדיטארס אויפ'ן וואסער ווייל זיי האבן נישט קיין שום משכון צו די געלט וואס זיי האבן אינוועסטירט. אבער נישט שטענדיג וועלן פינאנציעלע אינסטיטוציעס בארגן געלט אן קיין משכון און זיי וועלן זיך יא אויסנעמען אויף געוויסע טיילן פון די ביזנעס וועלכע וועט אריבערגיין צו זיי אויב די פירמע וועט נישט קענען באצאלן. א גרויסע ביזנעס קען פארמאגן פארשידענע אפטיילונגן וועלכע קען פארקויפט ווערן צו מאכן געלט אדער פאטענטס און טרעידמארקס וועלכע זענען ווערט געלט. אין אזעלכע פעלער איז באנקראטירונג זייער קאמפליצירט און דאס געריכט וועט אלעס אפהאלטן און עווענטועל פסק'נען ווער באקומט וואס און ווער ערשט און ווער צווייט. די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען א פירמע דעקלערט זיך באנקראט איז אז אלעס ווערט געפרוירן און קיין איין קרעדיטאר קען נישט ווייטער גיין און פארלאנגן דאס געלט. דאס געריכט וועט שטעלן א טראסטי וועלכער וועט איבערנעמען אלע נכסים און פארקויפן וואס מען קען פארקויפן און דערנאך וועט ער איינטיילן דאס פארבליבענע געלט לויט וויאזוי דאס געריכט וועט פסק'נען. אויב א באנקראטירטע פירמע בלייבט אין ביזנעס און וועט זיך רע-ארגאניזירן וועט דער טראסטי בלייבן דער פארמיטלער צווישן די דעבטאר און קרעדיטארס. די פירמע (דעבטאר) וועט צאלן א געוויסע סכום געלט יעדע מאנאט און דער טראסטי וועט איינטיילן דאס געלט און צעביסלעך צוריק צאלן די קרעדיטארס. אין יעדע באנקראטירונג איז פאראן אויסגעשלאסענע געלטער וועלכע ווערן נישט בארירט אינעם באנקראטירונג פראצעדור. ווען א פערזענליכע מענטש דעקלערט זיך באנקראט וועלן זיינע קליידער און הויז אפלייענסעס נישט ווערן בארירט ווייל ער דארף דאס האבן צום לעבן. ביי א ביזנעס קען דאס זיין שטייער געלטער, אינשורענס, פענסיע, און נאך פארשידענע געלטער וואס אן דעם קען די ביזנעס נישט ווייטער אנגיין און די געלטער מעגן נישט ווערן בארירט. דאס געריכט באשטימט די סכום געלט וואס די פירמע וועט צאלן פאר די טראסטי און וויפיל יעדע קרעדיטאר וועט באקומען. אין רוב פעלער וועלן די קרעדיטארס נישט באקומען זייער גאנצע געלט וואס זיי האבן פארלוירן און אפילו אויב די ביזנעס איז צוריק אויף די שינעס און מאכט אסאך געלט וועט זי מער קיינמאל נישט דארפן אפצאלן דאס איבעריגע געלט און די קרעדיטארס האבן נישט קיין רעכט דאס אפצובעטן. אינטרעסאנט צו באמערקן איז אז אפילו ווען א פירמע אדער אינדיווידועל גייט באנקראט און דאס געריכט איז מבטל חובות וועלכע ער מוז מער קיינמאל נישט באצאלן איז שטענדיג פאראן א מאראלע אבליגאציע צו באצאלן. אינדיווידועלן זענען ספעציעל אזוי ווייל זיי שפירן זיך שולדיג פאר א צווייטן און אויב זיי וועלן קענען וועלן זיי דאס עווענטועל באצאלן. ביי ביזנעסער איז דאס אויך פאראן ווייל די ביזנעס אייגנטומער ווילן שטארק באצאלן זייערע קרעדיטארס כדי זיי זאלן עווענטועל נאכאמאל קענען באקומען קרעדיט פון זיי.


באנקראטירונג סארטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באנקראטירונג אונטער דאס אמעריקאנער געזעץ איז צעטיילט צו 4 סארטן און ווערן גערופן די 4 טשעפטערס פון באנקראטירונג. זיי זענען טשעפטער 7, טשעפטער 11, טשעפטער 12, און טשעפטער 13. טשעפטער 7 איז ווען א פערזענליכער מענטש באנקראטירט און ווערט גערופן א ליקווידאציע באנקראטירונג. אין אזא פאל וועט א טראסטי איבערנעמען און פארקויפן אלעס וואס דער מענטש פארמאגט (אויסער וויכטיגע זאכן וואס מען דארף האבן צום לעבן ווי פריער דערמאנט) און פון דאס געלט וועט מען באצאלן די קרעדיטארס ווי ווייט מעגליך. קרעדיטארס ביי א פערזענליכע מענטש זענען הלוואות פון באנק, מארטגעדזש, קרעדיט קארד באלאנסעס, און הלוואות פון פריינט. א ביזנעס קען אויך גיין אונטער טשעפטער 7 אבער אין אזא פאל וועט זיך די ביזנעס דארפן פארשליסן און אלעס וועט ווערן ליקווידירט. איינמאל די קרעדיטארס האבן באקומען זייער געלט קען דער פערזענליכער מענטש ווייטער פארדינען געלט און ער וועט דאס נישט דארפן געבן פאר זיינע קרעדיטארס גענוי ווי עס איז דער פאל מיט א ביזנעס. טשעפטער 11 איז די מערסט קאמפליצירטע באנקראטירונג וועלכע רוב ביזנעסער וועלן טאן אבער אויך א פערזענליכער מענטש קען דאס טאן. אין טשעפטער 11 וועט דער דעבטאר ווייטער פונקציאנירן און אויסארבעטן א פלאן מיט די טראסטי וויאזוי שפעטער צו באצאלן זיינע קרעדיטארס. פאר א ביזנעס איז דאס זייער וויכטיג ווייל זיי האבן גוטע שאנסן זיך צוריק צו שטעלן אויף די פיס און שפעטער וועלן זיי באצאלן פון דאס געלט. א פערזענליכער מענטש האט אויך א טובה דערפון וויל אלע זיינע נכסים בלייבן ביי אים און ער הייבט אן א לעבן פון דאסניי מיט א פלאן צו באצאלן זיינע קרעדיטארס צעביסלעך. אמאל האט א דעבטאר געהאט אסאך צייט אויפצוקומען מיט א באצאלונג פלאן אבער דאס איז געטוישט געווארן דאס יאר און דאס נייע געזעץ גיט נאר א צייט אפשניט פון 120 טעג צו ענדיגן בעארבעטן די פלענער. אויב די צייט איז פאריבער מיט גארנישט וועלן די קרעדיטארס אליינס דארפן אויפקומען מיט א פלאן וועלכע קען זיין ערגער פאר די פירמע אדער באנקראטירטער מענטש. טשעפטער 12 איז א ספעציעלע באנקראטירונג פלאן פאר פארמער. אין זייער פאל וועלן די פארמער בלייבן מיט זייערע פעלדער און אויסארבעטן א פלאן צו באצאלן די קרעדיטארס. טשעפטער 13 איז די זעלבע ווי טשעפטער 11 נאר איז פאר אינדיווידועלן ווי מיר האבן עקלערט ביי טשעפטער 11. כדי צו קענען גיין באנקראט פארלאנגט זיך פארשידענע לימיטס און מינימום'ס וועלכע איז געוואנדן לויט די געזעצן פון די סטעיט. יעדע סטעיט האט אנדערע געזעצן און ביי יעדע באנקראטירונג פאל דארף מען גיין צו די לאקאלע סטעיט וואו דער מענטש וואוינט אדער ביזנעס איז הויפטקווארטירט.


טשעפטער 11[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טשעפטער 11 קוקט אויס פאר די עולם גולם ווי א טויט שטראף פאר א ביזנעס און אירע קרעדיטארס אבער אין פאקט איז דאס א טובה פאר ביידע. אויב א ביזנעס זאל גיין טשעפטער 7 וועט זי פארמאכן אירע טירן און די קרעדיטארס וועלן באקומען וואס עס בלייבט איבער און די איבעריגע איז היסטאריע. אין טשעפטער 11 איז אנדערש ווייל די ביזנעס מאכט א חשבון אז אירע צוקונפטע פארדינסטן וועלן זיין פיל מער ווי די איצטיגע ליקווידאציעס וואס מיינט אז אויך די קרעדיטארס וועלן פארדינען מער די וועג ווייל זיי האבן שאנסן נאך אמאל צו באקומען די גאנצע געלט. די ערשטע זאך וואס א פירמע טוט ווען זי גייט טשעפטער 11 איז מאכן א ליסטע פון אלע נכסים און אלע קרעדיטארס פון וועמען זי זוכט באשיצונג אונטער דאס געזעץ. דאס אליין איז א קאמפליצירטער פראדעצור אין וועלכע די דעבטאר און קרעדיטארס וועלן זיך צוזאמענקומען און איבערארבעטן אלע דעטאלן. נישט אין יעדע פאל וועט דאס געריכט אריינשטעלן א טראסטי ווייל אויב אלעס גייט דורך אן קיין פראבלעמען און ביידע צדדים זענען מסכים וועט די ביזנעס ווייטער אפערירן ווי געהעריג. אויב עס קומט צו קריגערייען און באשולדיגונגן וועט דאס געריכט אריינשטעלן א טראסטי וועלכער וועט איבערנעמען די ווירטשאפט פון די ביזנעס און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט. די יוסטיץ דעפארטמענט באשטימט די טראסטיס פאר אלע דיסטריקס. איינמאל א פירמע איז אונטער טשעפטער 11 וועט זי ווייטער אנגיין ווי געהעריג אבער וועט נישט מעגן נעמען קיין שום נייע שריט ווי קויפן א פרישע ביזנעס אדער טוישן איר סיסטעם. יעדע אויסערגעווענליכע שריט וואס זי וויל טאן, ווי פארקויפן עקוויפמענט אדער זיך אויסברייטערן, דארף ערשט באשטעטיגט ווערן דורך דאס געריכט. אין פאל עס זענען פאראן מערערע קרעדיטארס וועלן זיי אינאיינעם פארמירן א קרעדיטארס קאמיטע וועלכע וועט באהאנדלן די גאנצע זאך און צופרידנשטעלן יעדן ווי ווייט מעגליך. אמאל זענען פאראן עטליכע קאמיטעס און געווענליך וועלן סטאק האלטער זיך אויך פארמירן א קאמיטע וועלכע זאל זיי רעפרעזענטירן. די פירמע וועט מאכן א רע-ארגאניזאציע פלאן וויאזוי זי וועט זיך שטעלן אויף די פיס וואס מיינט אמאל אנהייבן ארבעטן אויף א קלענער'ן פארנעם און שניידן ארבייטער, געהאלטן, און אנדערע אויסגאבן. די קרעדיטארס וועלן ערהאלטן דעם פלאן און וועלן שטימען אויב זיי זענען מסכים דערצו אדער נישט. אויב עס זענען פאראן סטאק האלטער וועלן אויך זיי קענען שטימען אין דעם פלאן אבער זייער שטימע איז א קליינע פריאריטעט און דאס געריכט וועט אמאל באשטעטיגן דעם פלאן אפילו אויב די סטאק האלטער זענען נישט צופרידן, אזוי לאנג ווי די קרעדיטארס זענען מסכים. מיט'ן באשטעטיגן דעם פלאן וועט די טשעפטער 11 אריינגיין אין קראפט און די ביזנעס וועט אפערירן ווייטער און צאלן פעימענטס פאר די קרעדיטארס אדער טראסטי. אויב די ביזנעס קען נאך אלץ נישט מאכן קיין געלט און פאלט ווידער אריין אין צרות וועט דאס איבערגעגעבן ווערן פאר א טראסטי אויב עס איז נאך נישט פאראן איינס. אויב אויך דער טראסטי באשליסט אז עס איז נישט דא מיט וואס צו גיין ווייטער וועט די טשעפטער 11 געטוישט ווערן צו טשעפטער 7 און די פירמע וועט באקומען איר טויט שטראף. קיינער גייט נישט אין טורמע פאר'ן זיין א בעל חוב און דאס וואס מען הערט טיילמאל ביי באנקראטירונגן אז איינגעשטעלטע זענען ארעסטירט געווארן איז וויבאלד זיי זענען באגאנגן פארברעכן און דאס האט צוגעברענגט די פירמע צו באנקראטירונג. דאס איז געווען דער פאל מיט ענראן און וואורלד-קאם ווי ביזנעס עקזעקיטיוון האבן געקאכט די ביכער און גע'גנב'ט געלט און א דאנק דעם איז די פירמע אריינגעפאלן אין פראבלעמען. דאס געזעץ פון באנקראטירונג איז איינע פון די שענסטע מאדעלן פון דעמאקראטיע און איז היינט א טייל פון דער עקאנאמישע סיסטעם פון יעדע מאדערניזירטע לאנד. אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא זאך און די דעבטארס און קרעדיטארס האבן זיך אליינס געדארפט אויסארבעטן א פלאן וואס זיי זאלן טאן. אין צייטן ווען מען האט געלעבט אונטער טיראנישע פירערשאפט האט באנקראטירונג געמיינט גיין אין טורמע אדער טויט שטראף און אין בעסטן פאל האט מען צוגענומען אלעס וואס דער דעבטאר האט פארמאגט לאזנדיג יענעם בעירום ובחוסר כל...