באבאווער מחלוקת

פֿון װיקיפּעדיע

די באבאווער מחלוקת איז א קריגעריי וואס קומט פאר אינערהאלב די באבאווער הויף וועלכע איז הויפטקווארטירט אין בארא פארק.

אפיציעל האט די מחלוקה אויסגעבראכן נאך די פטירה פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם ווען א טייל חסידים האבן געוואלט אויפנעמען זיין איידעם, רבי מרדכי דוד אונגער, אנשטאט זיין ברודער דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר רבי בנציון, מיט די טענה פון חתנו כבנו און דערפאר באלאנגט עס מדין ירושה פאר איהם.


היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רבי שלמה איז נסתלק געווארן, האט מען אויפגענומען זיין עלצטן זוהן רבי נפתלי אלס ממלא מקומו און רבי בנציון אלס רב הצעיר.

אין די צייט איז רבי מרדכי דוד געווען א מגיד שיעור אין די ישיבה גדולה, און אלס אן איידעם האט ער געהאט א גרויס ווארט אין די קהילה.

נאך די פטירה פון רבי נפתלי, נאך אינמיטן די שבעה, איז רבי מרדכי דוד אריין אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט אויפן רבין'ס פלאץ כאילו ער איז ממלא מקום. און מען האט איהם ארויסגעווארפן דורך פאליציי וואס זענען געווען פריוואט געדינגען אן קיין כח פון בי"ד אדער געריכט.

רוב עולם, בעיקר די עלטערע חסידים, זענען געבליבן מיט רבי בנציון; אבער א גרויס חלק - בעיקר יונגעלייט און בחורים וואס האבן געלערנט ביי רבי מרדכי דוד אין ישיבה - זענען ארויס וואנדערן אינאיינעם מיט די איידעמער.

אנפאנג האבן זיי געהאט גרויס געלט וויבאלד בן ציון דונער פון לאנדאן, א באבאווער אייניקל און א קרוב משפחה, האט צוגעזאגט זיי צו שטיצן. אבער נישט לאנג דערויף איז בן ציון דונער אוועקגעריסן געווארן יונגערהייט.

די חסידי 48 האבן אנגעהויבן רופן די אנדערע קארטשינער, ווי חוזק צו מאכן אז ער איז נישט קיין עכטע באבאווער אייניקל.

די טענות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגענד זענען א טייל פון די טענות וואס זענען כסדר געגאנגען אהין און צוריק:

חתנו כבנו[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז איינע פון די הויפט טענות פון צד 45 באזירט אויף א רבי שאול אין סוף תשובת הרמ"א.

די אנדערע טענה'ן אז דאס איז נישט לגבי ירושה און א איידעם קומט נישט בעפאר א ברודער.

רב הצעיר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צד 45 טענה'ט איז עס איז בלויז א כבוד טיטל אהן א מיטל, ווידעראום 48 זאגט אז עס האט באדייט איבערצונעמען לאחר מאה ועשרים.

דעת מהר"ש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קהילה שנתחלקה אדער קהילה שנזרקה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אחריך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ירושה ושררה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געריכט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען זיי זענען געגאנגען אין געריכט, האט דער ריכטער פארציילט א מעשה ווי רבי שלמה האט איהם געהייסן שיקן יודן זיך מתדיין זיין נאר ביי דין תורה, ממילא זענען זיין געצווינגען געווען צו גיין.

דין תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די דין תורה האט זיך געשלעפט זיבן יאר, ביז דער בי"ד איז אום כ"ה אב תשע"ד ארויסגעקומען מיט א היסטארישן פסק אז צד רבי מרדכי דוד מוז צולייגן א נאמען צו זיין קהילה אויסער באבוב ווייל רב בנציון איז דער אויסשליסליכער יורש פון דער קהילה, און אויב וויל רבי מרדכי דוד זיך אויך רופן "באבוב" דאן מוז ער צולייגען א צונאמען. פאר צד רבי בנציון האט דער פסק ניט געהעריג געפאלען, צוליב וואס דאס וועט נישט ענדגילטיג לייזן די פראגע ווער איז באבוב און ווער איז ניט. דאס איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס די דין תורה האט זיך געשלעפט.

רעאקציע צום פסק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער פסק האט ארויסגערופן גרויס שטורעם אין דער חרדי'שער גאס, ווען טייל טענה'ן אז עס איז זייער איינזייטיג. און אנדערע זאגן עס איז געפסקנט בצדק וביושר.

רבי מרדכי דוד האט דערנאך געהאלטן די באוואוסטע אני שלום דרשה ווי ער האט ארויסגעברענגט אז ער איז גרייט זוך צו פירן ווי פסק אויפן תנאי אז דאס וועט ברענגען שלום. און ווי אויך האט ער דאן ארויסגברענגט זיין האפפענונג אז איין טאג וועט ער נאך באקומען די שוהל וואס איז פלאצירט אויף דער 48סטער גאס.

רבי חיים קאניעווסקי האט געשריבן אז צד 45 זאל איינהאלטן דעם פסק.

למעשה האבן זיי טיילווייז געפאלגט, אבער נאכדעם האבן זיי געשטיקט א עיקול און הזמנה פון בי"ד חושן משפט [1] פאר די דיינים.

פערזענליכקייטן און הויפט פיגורן אין די מחלוקה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אייזיק דייטש
  • בן ציון דוננער
  • ברוך חנה גרינפעלד
  • חיים יעקב טויבער
  • צבי אריה ריינהאלד
  • אברהם אהרן לעזער
  • נתן מנחם בארנפריינד

דער בית דין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • הרב אברהם ברוך ראזענבערג
  • הרב בערגער פון מאנטשעסטער
  • הרב זלמן גרויז
  • הרב יודל גרובער
  • הרב יחיאל באב"ד
  • הרב שמחה ראטה, בורר

ספרים און קונטרסים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • האמת עד לעצמו, צד 48
  • שו"ת הברי והשמא, רבי זלמן גרויז
  • זאת התורה והמציאות לא תהא מוחלפת
  • זאת חלופתי
  • ול"י אין מענה
  • יושר דברי אמת, צד 45
  • קונטרס א ניכטערער בליק, צד 48
  • קונטרס יא אני שלום, צד 45
  • קונטרס יא המה למלחמה, צד 48

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זעהט אשכול אויף קאווע שטיבל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=7599