באבאוו
פֿון װיקיפּעדיע
באבאוו איז א שטעטל אין מערב-גאליציע, היינט פוילן, ווייט 18 ק"מ מערב פון גארליץ, און 83 ק"מ דרום־מזרח פון קראקע.
ביז 2009 איז באבאוו געווען א דארף.
אום תר"ס האבן געוואוינט 749 יידן אין באבאוו.
הר"ר שלמה האלבערשטאם איז געווען אב"ד פון באבאוו תר"ז - תרס"ה. נאך זיין פטירה איז זיין זון הר"ר בנציון האלבערשטאם געווארן רב.
ס'איז נאך געבליבן אין באבאוו א שול פון תקל"ח.