באַניצער רעדן:Yeedle

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס

הרב שמעון ישראל פאזען: בילד[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כ'זע אז איר האט דערגאנגען וויאזוי ארויפלאדן דאס בילד אין וויקיפעדיע איידער כ'האב געדאנזשעט צו ענטפערן. א ייש"כ! כ'האב אריינגעלייגט דאס בילד אינעם ארטיקל שמעון ישראל פאזען. --פוילישער 08:38, 15 פעברואר 2012 (UTC)

למעשה ערשיינט עפעס נישט די בילד אינעם ארטיקל שמעון ישראל פאזען. -- Y 12:58, 15 פעברואר 2012 (UTC)
כ'זע יא דאס בילד. --פוילישער 18:50, 15 פעברואר 2012 (UTC)

יידל! דער שטייגער איז אז ווען נאר מעגלעך לייגט מען אריין בילדער אין קאמאנס ענדערשט ווי דא אין דער יידיש וויקיפעדיע. יעדע וויקיפעדיע האט א צוטריט צו אלע טעקעס אין קאמאנס. נאר אזא בילד וואס מען טאר נישט אריינגלייגן אין קאמאנס זאל מען ארויפלאדן דא. וועגן דעם האב איך אויסגעמעקט פון דאנעט דאס שפירא בילד. --פוילישער 07:00, 3 אַפריל 2012 (UTC)

איך הער וואס די זאגסט. אלס והייתם נקיים וועל איך דיר פארציילן וואס דא איז אזוינס פארגעגאנגען. איך האב ארויפגעלייגט א בילד דא (גראדע אביסל אנדערש ווי די וואס כ'האב געלייגט אין קאמאנס). דערנאך האב איך באשלאסן אז איך גייל ייגן דעם בילד אינעם ענגלישען וויקיפעדיע. דארט בין איך הערשט געוואויר געווארן אז עס איז בעסער אריינצולייגן אין קאמאנס ווי אין וויקיפעדיע. האב איך עס ארויף געלייגט אין קאממאנס.--Yeedle (שיחה) 18:37, 3 אַפריל 2012 (UTC)
דו ברויכסט זיך נישט פארענטפערן. אסאך מאל לייגן מענטשן בילדער אין א וויקיפעדיע און נאר שפעטער כאפן זיי אז מ'קען ארויפלאדן דאס בילד אין קאמאנס. --פוילישער 22:34, 3 אַפריל 2012 (UTC)
איך האב געזאגט אז איך פארצייל אלס והייתם נקיים. איך האף אז איך וועל מיך אביסל מער דרייען דא וועל איך אויפכאפן אלע כללים.--Yeedle (שיחה) 03:08, 4 אַפריל 2012 (UTC)
אוודאי. עס דויערט גאנץ א שיין שטיקל צייט ביז מען ווערט גוט באהאוונט מיט וויקיפעדיע. --פוילישער 13:21, 4 אַפריל 2012 (UTC)


שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען זוכט אייער דעה וועגן שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע. א דאנק! --פוילישער 06:42, 7 יוני 2012 (UTC)[ענטפֿער]