באַניצער רעדן:פוילישער/נאוועמבער ארכיוו 2008

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
איך וויל וויסן: א ווי אזוי מ'מעקט אויס א בלאט סיי אין וויקיפעדיע און סיי אין ביבליאטעק.
ב ווי אזוי קען איך בייטן זאכן אין דען ערשטן בלאט פון ביבליאטעק? איך האב געפרעגט דארטן אבער קיינער ענפערט מיר נישט. ענפער מיר אין מיין באנוצער רעדן --Israel.s 19:07, 2 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך האב געוואלט אויסמעקן א בלאט מיט א פאר וואך צוריק, יעצט געפין איך נישט דאס בלאט. דאס איז געווען א בלאט פון דעם אלטן ארטיקל אויף בערדיטשעוו, וואס איינער האט נאר געשריבן א ביסל, און דער טיטל איז געווען דאך זיך מיר בארדיצ'ב אדער ברדיצ'ב.

אין וויטעקסט אויף לשון הקודש איך האב א רשות אויסצומעקן בלעטער, פארוואס דא נישט.

און איך וויל וויסן פארוואס א סאך קנעפלען (דאך זיך מיר ס'הייסט אויף יידיש קלאווישן, אויף ענגליש ווייס איך נישט) ארבעטן נישט אין וויקיביבליאטעק? איך מיין ווען איך שרייב דיך יעצט ס'דא אויבן קנעפלעך צו מאכן א ווארט דיק, אדער לינקן. און אויכעט, פעלן דארטן קנעפלעך.
א. אין קאַטעגאָריע סיפּורי מעשיות עס איז דא צוויי מאל "הקדמה אויף טייטש" מ'דארף אויסמעקן איינעם.
ב. איך האב געמאכט אויף ספר עיקבתא דמשיחא קאטעגאריעס, אבער ס'איז נישט ארויס גוט, גיב א קוק, און פאריכט דאס. און זיי מיר מסביר ווי שאפט מען קאטעגאריעס. --Israel.s 18:50, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
עס איז דא א טייטש פון "יהואש" אויף דעם גאנצן תנ"ך. אין דעם לינק
יהואש
למעשה איז שוין אריבע 70 יאר פון וואנען יהואשן איז געשטארבן. אויב אזוי נישטא שוין קיין קאפירייט אויף דעם טעקסט אליין. די שאלה איז צי זיי האבן צוגעלייט א זאך וואס נישט גיווען אין דעם אריגינעל ספר.
און אפילו זיי האבן צוגעלייגט א זאך, קען זיין אז די זאך איז א קלייניקייט און ס'גיט נישט אויף דעם קיין קאפירייט. און אויכעט מ'קען אויסמעקן וואס זיי האבן געלייגט און נישט הנאה האבן פון דעם.
סידא א מענטש וואס ער איז געווען פון די מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיקט אין צו שרייבן "יהואש" ער וואוינט אין אמעריקע, צי קענסטו טלעפאנירן און רעדן מיט אים. זיין טעלעפאן איז 905-871-1098. זיין נאמען איז ראָבערט --Israel.s 19:09, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איר קענט מיט אים רעדן אליין! וואס זאל איך אים פרעגן? --פוילישער 19:57, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך פארשעם זיך אביסל. מ'דארף אים פרעגן צי זיי האבן אפגישריבן דעם טעקסט פון יהואש נאר ווארט ביי ווארט, אדער זיי האבן צוגעלייגט עפעס צו דעם. אויב דער ענטפער איז פאזיטיוו, פרעג אים וואס פונקט זיי האבן צוגעלייגט? יישר כח --Israel.s 10:11, 5 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך גיי שרייבן לענארד פראגער'ן. ער וועט זיכער וויסן. --פוילישער 13:04, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)
דער נפקא מינא איז אזוי: איך וויל אריינלייגן דעם גאנצן טייטש פון תנ"ך אין וויקיביבליאטעק. איין זייט לשון הקודש, און אין דער צווייטער זייט יידיש.
דאס ועט געבן א גרויסער שוואונג צו וויקיביבליאטעק. אויב נישטא קיין ברירה איך וועל אליין טייטשן דעם תנ"ך. בלא נדר.
יישר כח אויף דיינע פאריכטונגען. איך לערן פון דיר אסאך יידיש.
וואס איז מיט יהואש טייטש? אויב דו ווילסט נישט צו טעלעפאנירן זאג מיר. --Israel.s 11:47, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)