באַניצער רעדן:פוילישער/אקטאבער ארכיוו 2012

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע


מאיר סימאן, סאשע טייטלבוים[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שלום עליכם פוילישער. נאך די ימים טובים זיינען שוין דא. און פון איצט און וייטער איז שוין קיין תירוצים נישטא. ביטע גיט א בליק אויף די קומענדיקע צוויי ארטיקלן מאיר סימאן, און סאשע טייטלבוים. קען דאס יידישע וויקיפעדיע ליידן אזעלכע מאטריאלן? 109.186.65.149 12:00, 10 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]

אויב איר האלט מען דארף אויסמעקן אן ארטיקל, שטעלט דעם מוסטער {{שנעל אויסמעקן}}. אויב איר האלט אז געוויסע פרטים דארף מען אויסמעקן פון אן ארטיקל, האט איר, אזוי ווי יעדער איינער, דאס רעכט צו ענדערן דעם ארטיקל. --פוילישער 23:05, 10 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]

נייע טעכנישע ווערטער אויף יידיש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שלום ר' פוילישער ייד,

אפשר ווייסט איר ווער נעמט אחריות אויף ווערטער וולעכע מ'דארף מחדש זיין אין יידיש? די זאך איז אזוי: ס'איז פאראן אן ארטיקל ביי אונדז אונטער דעם נאמן קאנדאם און דארטן איז אזוי געשריבן: 'קאנאדאם אדער שמעקל-דעקער'. איז 'שמעקל-דעקער' אן אמת'ע נאמן פאר קאנדאם, אדער דער שרייבער האט דאס אליין אויסגעטראכט? 46.116.57.153 14:01, 26 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]

ס'זענען פאראן פארשידענע מקורות. אין דעם פאל אבער האב איך נישט קיין ידיעה. אפשר איז יא פאראן אזא ווארט. --פוילישער 14:11, 26 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]
כ'האב דאס אפגע'גוגל'ט און כ'האב נישט גענפונען אזא ווארט אין קיין פלאץ. אפשר האט איינער דא געוואלט ליצנות מאכן. יישר כוחכם, און א גוטן שבת אייך פון ארץ ישראל. 46.116.57.153 14:40, 26 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]
א גוטע וואך!
זייט אזוי גוט שרייבט אייער באמערקונג אויפן שמועס בלאט.--פוילישער 23:31, 27 אָקטאָבער 2012 (UTC)[ענטפֿער]