אשר רובין

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אשר רובין זצ"ל (ה'תרכ"ה - א' אדר ה'תרצ"ב), רב אין קארטשין.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה צו זיין פאטער הרב שמואל רובין רב אין קארטשין, א זון פון הרב אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר'ל איז געווען דיין און נאכהער רב אין אנדריחאוו, אין יאר ה'תרס"ד נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין קארטשין.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר'ל איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרצ"ב.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר'ל האט געהייראט מרת יוכבד צפורה א טאכטער פון הרב אליהו אייכנשטיין, א זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. זייערע קינדער:

  • הרב מרדכי אלעזר רובין, רב אין קארטשין פון תרצ"ב ביז תרצ"ד.
  • הרב אליהו רובין הי"ד (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'ת"ש (אומגעפער) ), פון ה'תרצ"ד דער לעצטער רב אין קארטשין, ער האט געהייראט מרת לאה מלכה א טאכטער פון הרב חיים רובין פון וועלקא-בערעזנא, סלאוואקיי.
  • הרב צבי אלימלך רובין הי"ד.
  • מרת שיינדיל הי"ד
  • מרת חנה לאה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב יונה רובין.
  • מרת ליבא רייצא, די ווייב פון הרב יצחק מאיר ראפאפארט, פראגער רב אין ניו יארק.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר