ארץ ישראל יישוב בעת'ן ערשטן וועלט קריג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
עליות קיין ארץ ישראל
אין דער נייער צייט

עליות נאכן אויפשטעלן די מדינה:


בשעת דעם ערשטן וועלט קריג האט געהערשט אויף ארץ ישראל די אטאמאנישע אימפעריע (די טערקן) וואס האבן געמאכט שווערע גזירות אויף דעם אידישן יישוב אין ארץ ישראל. דער לאגע איז געקומען צום ענד אין יאר ה'תרע"ח ; 1918 ווען די בריטן האבן איינגענומען די טערקישע אימפעריע.

די שוועריקייטן וואס האט באהערשט אויף די אידן אין ארץ ישראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • בשעת דעם ערשטן וועלט קריג האבן די אידן אין ארץ ישראל געליטן פון שטארקער ארימקייט, ווייל דער עיקר פרנסה פון די אידן פאר דער ערשטער וועלט קריג איז געווען פון עקספארטן פרוכט קיין חוץ לארץ, און ביי די פרומע פון אנשי יישוב הישן פון באקומען כספי חלוקה פון נדיבים אין חוץ לארץ, אבער זינט דער ערשטער וועלט קריג וואס מען האט פארשפארט אלע גרענעצן האבן די אידן געבליבן אָן קיין פרנסה.
  • אויך האט זיך צעשפרייט עטליכע שווערע מגיפות וואס האט דערארגעט פיל מענטשן. אזוי זיינען די אידן געבליבן אָן גארנישט. פיל זיינען געשטארבן פון הונגער און פון מגיפות.

דער באציאונג צווישן די טערקישע רעגירונג מיט די אידן איז געוועזן זייער שלעכט, ווייל רוב פון די אימיגראציע גרופעס זיינען געווען פון די איינשטימונג רעגירונגס (ווי רוסלאנד און נאך...) און דערפאר האבן די טערקן פארדאכט די אידן אלס שפיאנער וואס וועלן העלפן די בריטן צו מלחמה האלטן קעגן זיי, און דערפאר האבן די טערקן געפאדערט פון א טייל אידן צו מאביליזירן צו די טערקישע ארמיי, און פון א טייל אידן פארלאזן די לאנד דורך עגיפטן, אויך האבן זיי פארבאטן פון די אידן צו טראגן געווער, האלטן פאסט מארקעס, שרייבן בריוון אויף די אידישע אדער העברעישע שפראך, לערנען אין די שולעס נאר אויף טערקיש, הויפהייבן די ישראלישע פאן.

ביי דער ענדע פון דעם ערשטן וועלט קריג איז אראפ די צאל פון די אידישע איינוווינער אין ארץ ישראל פון 84 טויזנט צו 56 טויזנט.