אריאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אריאן סי.אי.ווי. איז נאס"א'ס געפלאנטע קאסמאס פראגראם וועלכע וועט ערזעצן דעם קאסמאס שאטל ווען ער גייט ארויס פון באניץ אין 2010.


היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער ספעיס שאטעל איז געווען איינע פון די גרעסטע טריאומפן פון נאס"א ווען עס איז אריינגעשטעלט געווארן אין סערוויס זייענדיג די ערשטע פראגראם אין וועלכע א רייזע אין דעם קאסמאס איז געטאן געווארן דורך א שאטל וועלכע האט געקענט גיין און קומען ווי א פליגער נאכאמאל און נאכאמאל מיט ווייניג פראבלעמען.

די ערשטע יארן זענען געווען א שטארקער דערפאלג ווען נאס"א האט דורכגעפירט מיסיעס יעדע עטליכע מאנאטן מיט איין אומגלוק אין 1986. די צווייטע עקסידענט איז ערשט פארגעקומען אין 03' אבער מיט דעם האט זיך אנגעהויבן א רייע פראבלעמען און נאס"א איז געקומען צו די החלטה אז דער פראגראם איז שוין צו אלט און דארף ערזעצט ווערן מיט א נייע מער פארגעשריטענע פראגראם.

די נייע ספעיס קרעפט ווערט דערווייל גערופן די אריאן קרו עקספלארעישן וויעקהל און וועט באמת זיין צוויי באזונדערע ספעיס שיפן:

די קרו עקספלארעישן וויעקהל (סי-אי-ווי) וועט טראנספארטירן צווישן 4 און 6 אסטראנאטן.

די קארגא לאנטש וויעקהל ( סי-על-ווי) וועט ארויפטראגן שווערע משאות און אויך עטליכע אסטראנאטן אויב עס וועט אויספעלן.

די נייע ספעיס שיף וועט נישט זיין קיין שאטעל נאר ענדערש א ראקעט ווי די ספעיס שיפן וועלכע נאס"א האט גענוצט אין די 60'גער יארן. אבער מיט דעם וועט נאס"א נישט צוריק פאלן אין טעכנאלאגיע ווייל נאס"א וויל בויען א פראגראם וועלכע זאל זיין ביליג און זאל אנהאלטן מיט א זיכערהייט פאר לאנגע יארן כדי מען זאל קענען זיך מער אפגעבן מיט ספעיס אופדעקונגן ווי איידער זיין פארנומען מיט די טראנספארטאציע טייל. נאס"א וועט נוצן די טעכנאלאגיעס פון דעם אפאלא און ספעיס שאטעל פראגראם וועלכע וועלן אינאיינעם זיין זייער פארזיכערט און גרינג צו באנוצן פאר דעם לאנגן טערמין.


די סי-אי-ווי יסודות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די הויפט סיסטעמען אינעם אריאן וועלן זיין פיל מער פארגעשריטן ווי די געוועזענע ספעיס שיפן, אריינרגערעכנט די ענערגיע קראפט, נעוויגאציע, לעבנ'ס שטיצע, קאמיוניקאציע, און קאמפיוטערס.

די סי-אי-ווי וועט באשטיין פון דריי הויפט טיילן: א קאפסול אין וועלכע די אסטראנאטן וועלן זיצן, א סערוויס אפטיילונג אין וועלכע די קאנטראל סיסטעמען וועלן זיין, און א בוסטער וועלכע וועט ארויפשיסן די אריאן אין ספעיס.

נאס"א וועט ארגינעל בויען צוויי סארט דעזיינס פון די הויפט אפטיילונגן, איינס צו שיקן אויף מיסיעס אין ספעיס, און די צווייטע צו שיקן אויף מיסיעס צו די לבנה. ביידע מאדעלן וועלן אויסקוקן ענליך צו די אפאלא ספעיס שיף און וועט צוריק פאלן צו די ערד'ס אטמאספערע פיל שנעלער ווי די ספעיס שאטעל און אזוי פארמינערן די סכנה פון דורכרייסן די אטמאספערע וואו די ספעיס שיפן גייען דורך א שווערע היץ.

די אריאן סי-אי-ווי וועט זיין גרעסער און מער פארגעשריטן ווי די אפאלא ספעיס קרעפט. עס וועט זיין דריי מאל אזוי גרויס צו קענען נעמען מער אסטראנאטן און מער וואג ווי דער ספעיס שאטעל. די אפאלא ספעיס קרעפט איז געווען אינגאנצן 3.9 פיס אין דיאמעטער ווען די אריאן וועט זיך מעסטן 16.5 פיס אין דיאמעטער.

אנדערש ווי די אפאלא ספעיס קרעפט וועלכע'ס קאמאנד אפטיילונג האט מען נאר געקענט נוצן פאר איין מיסיע, וועט די אריאן קאמאנד אפטיילונג קענען איבערגענוצט ווערן 10 מאל נאכאנאנד. דאס איז צוליב די נייע טעכנאלאגיעס וואס נאס"א וועט נוצן צו באשיצן דעם ספעיס קרעפט פון די שטארקע היץ וועלכע עס רייסט אדורך קומענדיג צוריק פון ספעיס אריין אין די וועלט'ס אטמאספערע.

אין די אפאלא פראגראם איז די מאטריאל אפגענוצט געווארן יעדעס מאל די ספעיס קרעפט איז צוריק אראפגעקומען און מער האט מען דאס נישט געקענט נוצן. אינעם שאטעל פראגראם האט נאס"א גענוצט סערעמיק טיילס און טעהרמאל אינסולעישן פאום וועלכע האט איינגעזאפט היץ און איז נישט געשעדיגט געווארן. די אינסולעישן פאום איז מיט די יארן אלט געווארן און האט אנגעהויבן מאכן פראלעמען און איז געווען די אייציגסטע אורזאך וואס האט געברענגט דעם קאלאמביע עקסידענט אין 03'. נאס"א האט דאס פרובירט פאררעכטן אבער איז שפעטער דורכגעפאלן ווען ספעיס שאטעל דיסקאווערי האט ווידער געהאט פאום פראבלעמען טראץ די נייע פארזיכערונגן אויף וועלכע נאס"א האט געארבעט צוויי יאר.

די אריאן וועט נוצן מאטריאל וואס וועט אפווארפן היץ אנשטאט איינזאפן און די מאטריאל וועט קענען גרינג געטוישט ווערן אויב עס ווערט אויסגענוצט.

די אריאן ספעיס קרעפט וועט לאנדן מיט עיר בעגס און פאראשוטן אינאיינעם און וועט קענען מאכן א לאנדונג אין ים און אויך אויף די יבשה. די אפאלא ספעיס קרעפט האט נאר געקענט לאנדן אין ים.

דער קאפסול וועט געבויט ווערן זייער הויך כדי עס זאל זיצן פיל העכער פון די ראקעט בוסטער און דער גאנצער לאנטש פלאטפארמע עס זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו פאלנדיגע שטיקער פאום אדער אייז וואס ברעכן זיך אפ פון די קראפט פון דעם לאנטש.

אינעם סי-אי-ווי וועט אויך זיין אריינגעבויט א קליינע ראקעט וועלכע וועט זיצן אונטער די קאמאנד אפטיילונג און וועט אין געציילטע רגעים קענען אפטיילן די קאמאנד אפטיילונג פון די בוסטערס אין פאל עפעס טויג נישט. דאס איז די בעסטע זיכערהייט פראדעצור וואס נאס"א האט אמאל צוגעשטעלט פאר אירע אסטראנאטן.


סערוויס אפטיילונג און בוסטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די סערוויס אפטיילונג (דער טייל וואו די אסטראנאטן זיצן און די קאמאנד אפטיילונג) וועט מאנעווירן אין ספעיס מיט אן איינצעלע ענדזשין וואס וועט נוצן א נייע סארט ברענשטאף וואס נאס"א האט קיינמאל פריער נישט גענוצט. די ברענשטאף וועט זיין א געמיש פון מעטאן און אקסיגן און וועט קענען געבן לענגערע און גרעסערע פונקן פאר די זעלבע מאס ברענשטאף. נאס"א זוכט מיט דעם צו שפארן ענערגיע כדי די ספעיס קרעפט זאל קענען מאכן לענגערע מיסיעס.

און צוגאב צו די ענדזשין וועט די אריאן ספעיס קרעפט פארמאגן צוויי לאנגע סאלאר פאנעלן וועלכע וועלן ארויסשטעקן פון די ספעיס קרעפט ווי פליגלן און אויפנעמען סאלאר ענערגיע פון די זון און דאס טראנספארמירן צו עלעקטריציטעט.

א ספעציעלע סיסטעם וועט אריינגעבויט ווערן צו העלפן שיקן אנגעזאמעלטע היץ צו די ראידיאטארס וועלכע שפייען דאס אויס אין ספעיס. דער סיסטעם וועט נוצן כעמיקאלן צו זאמלן היץ און וויבאלד עס וועט זיין פליסיג וועט א פלאמבינג סיסטעם דאס פירן אויטאמאטיש צו די ראדיאטארס.

אין ספעיס טוישט זיך די טעמפראטורן פון קאלט צו הייס מיט איבער 400 דעגרי עטליכע מאל אין טאג וויבאלד די ספעיס קרעפט ציקולירט ארום די וועלט און גייט אונטער'ן זון און אוועק פון די זון אין יעדע צירקולאציע. דאס קען שטארק שעדיגן די מעטאלן פון די ספעיס קרעפט. די אפאלא האט זיך דערפאר געדרייט אויף איר אייגענע אקס און דערמיט אויסגעשפרייט די היץ אייניג איבער די גאנצע ספעיס קרעפט. דער ספעיס שאטעל האט נישט אזוי געטאן וויבאלד די סערעמיק טיילס האבן אים באשיצט. די אריאן ספעיס קרעפט וועט נוצן טעכנאלאגיעס פון ביידע, וואס מיינט אז אויסער די שיץ מאטריאלן און ראדיאטאר סיסטעם וועט זיך עס אויך דרייען ווי די אפאלא.

וויבאלד די סי-אי-ווי וועט נאר טראגן די אסטראנאטן און נישט די משאות וועט עס נישט דארפן אזויפיל שיס קראפט ווי די סעטרון וועלכע האט ארויפגעשאסן די אפאלא. די בוסטער וועט זיין צוויי דריטל די הייך ווי די אפאלא און א דריטל אין דיאמעטער. די בוסטער וועט נאר גענוצט ווערן איינמאל אין קאנטראסט צו די ספעיס שאטעל בוסטערס וועלכע זענען ביידע אפגענומען געווארן פון וואסער און איבערגעארבעט געווארן צו נוצן נאכאמאל.


די סי-על-ווי ספעיס קרעפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א מיסיע אין ספעיס פארלאנגט געווענליך צו טראגן אסטראנאטן און משאות פון סופלייס. אין די אפאלא און שאטעל פראגראמען האט מען דאס ארויפגעשיקט אין איין ספעיס קרעפט וועלכע האט געהאט א שטאב אפטיילונג און א קארגא אפטיילונג. אין די אריאן פראגראם וועט נאס"א אפטיילן די צוויי צוליב עטליכע סיבות.

נאס"א איז געקומען צום באשלוס אז אויב די אסטראנאטן וועלן האבן אן אייגענע ספעיס קרעפט וועלן זיי קענען עררייכן פיל מער אין ספיעס וויבאלד זיי וועלן נישט זיין אנגעוואנדן אויך אויף די קארגא. אין פעלער ווען מען וועט נישט דארפן קיין סופלייס וועט דאס זייער גוט צוניץ קומען. אויך וועט דאס זייער גוט צינוץ קומען ווען מען וועט וועלן שיקן קארגא און עס וועט נישט אויספעלן קיין אסטראנאטן דערפאר. א ביישפיל איז ווען מען שיקט סופלייס צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די סי-על-ווי וועט ארויפגעשאסן ווערן אן קיין אסטראנאטן און עס וועט קאנטראלירט ווערן פון אונטן און ווען עס וועט זיך טרעפן מיט די ספעיס סטאנציע וועלן די ארטיגע אסטראנאטן (אסטראנאטן געפינען זיך דארט צו יעדע צייט) דאס אפנעמען און עס וועט צוריק אראפקומען און נישט דארפן איינשטעלן דאס לעבן פון מענטשן.

די סי-על-ווי וועט זיין אזוי גרויס און הויך ווי די סעטרון ראקעט און וועט אויך האבן צוויי בוסטערס ביי די זייטן אזוי גרויס ווי די שאטעל בוסטערס צו געבן נאכמער קראפט ביים ארויסשיסן די שווערע משאות וועלכע וועט זיין 10 מאל וואס א שאטעל קען טראגן. די סי-על-ווי וועט האבן 5 ענדזשינס קעגן די איינע וואס די סי-עי-ווי וועט פארמאגן. ווען עס וועט אויספעלן וועט נאס"א נוצן די סי-על-ווי אריינצושטעלן דארט ספעציעלע לבנה און מאדים לאנדער און ארויסשיקן די אסטראנאטן אין די סי-אי-ווי און די צוויי ספעיס קרעפטס וועלן זיך באהעפטן אין ספעיס און פון דארט אינאיינעם פליען צו די לבנה.

נאס"א וויל אנהייבן נסיעות צו די לבנה מיט'ן האפענונג אז מען וועט דארט קענען טרעפן א וועג צו פראדוצירן ענערגיע פאר די ספעיס קרעפט און אויפשטעלן דארט א פלאטפארמע פון וואו מען וועט שפעטער שיקן ראקעטן צו דעם מאדים און נאך ווייטער.

ווי עס הייסט יעצט וועט דער שאטעל פראגראם ארויסגענומען ווערן פון באנוץ אין 010', די אריאן פראגראם וועט זיין גרייט אויף 014' און מען וועט קענען לאנדן אויף די לבנה אין 020' און פון דארט וועט מען גיין ווייטער.


קאנטראקט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אים סעפטעמבער 2006 האט נאס"א אנאנסירט אז די עראספעיס פירמע לאקהיד מארטין האט געווינען דעם קאנטראקט צו בויען די מולטי ביליאן דאלארדיגע אריאן פריאעקט. לאקהיד מארטין איז די וועלט'ס גרעסטע מיליטערישע עיר קרעפט פראדוצירער און האט קיינמאל פריער נישט געבויט א ספעיס קרעפט פאר נאס"א.

יעדער האט זיך געוואונדערט איבער דעם באשלוס זינט אלע פריערדיגע קאנטראקטן זענען געגעבן געווארן צו באואינג און נארטראפ גרומען וועלכע האבן געבויט די אפאלא ספעיס שיף וועלכע האט געלאנדעט אויף די לבנה און אויך די ספעיס שאטעלס. נאכמער, אין 96' האט נאס"א שוין גערעדט פון א נייע ספעיס שאטעל און לאקהיד מארטין האט געווינען איבער באואינג און מעקדאנעל דאגלעס און האט אויפגעבויט די עקס-33 וועלכע איז געווען א דורכפאל און נאס"א האט דאס איבערגעלאזט נאכדעם וואס לאקהיד מארטין האט געהאט אינוועסטירט איבער 900 מיליאן דאלאר.

נאס"א האט נישט געגעבן קיין דעטאלן פארוואס זי האט אויסגעקליבן לאקהיד מארטין אבער עקספערטן שפעקולירן אז דאס איז ווייל לאקהיד מארטין'ס קאנצעפט איז מער אפען צו נאס"א ווי דער קאנצעפט וואס איז געגעבן געווארן דורך באואינג און נארטראפ גרומען צוזאמען. אין אנדערע ווערטער, לאקהיד מארטין האט נאר דעזיינגט א קאנצעפט אין גענעראל און איבערגעלאזט אלע דעטאלן אז נאס"א זאל דאס אויספילן. דאס האט געגעבן נאס"א א בעסערע קאנטראל איבער דעם פראיעקט ווי די אנדערע וואלטן געגעבן און נאס"א וויל דאס האבן.

אנדערע זאגן אז נאס"א וויל לעצטענס גיין מער אויף א ביזנעס סטיל און האט געוואלט געבן א קאנטראקט פאר א צווייטע פירמע אויך כדי פון היינט און ווייטער זאלן עטליכע פירמעס קאנקורירן פאר יעדע נייע פראיעקט און אזוי וועט ארויסקומען בעסערע און ביליגערע פראדוקטן.

נאס"א וועט צאלן לאקהיד מארטין די אסטראנאמישע סומע פון 3.9 ביליאן וואס וועט גענוצט ווערן צו שטודירן און בויען צוויי אריאן ספעיס קרעפט וועלכע זאלן זיין גרייט פאר א פראבע אין 014'. אויב עס וועט זיין סוקסעספול וועט נאס"א צאלן נאכאמאל דער פרייז צו בויען נאך פון דעם זעלבן סארט.