אראל ים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער אַראַל ים (קאזאך: Арал Теңізі (אַראַל טענגיזי), אוזבעק: Orol dengizi, רוסיש: Аральскοе мοре) איז אן אזערע אין צענטראל-אזיע, וואס ליגט צווישן קאזאכסטאן אין צפון און אוזבעקיסטאן, אין דרום. אין די 1960ער יארן האט דער סאוועטן פארבאנד אנגעהויבן נעמען דאס פון די אמו דאריא און סיר דאריא טייכן, וואס פליסן אין אראל ים אריין, פאר באוואסערונג. דערפאר האט זיך דער ים אסאך איינגעצויגן.

דער אראל ים איז שטארק פארפעסטיקט, פון פרואוון וואפן, אינדוסטריעלע פראיעקטן, און פון באמיסטיקן דאס לאנד ארום דעם ים, סיי אין די יארן פונעם סאוועטן פארבאנד, סיי זייט דעמאלסט.

אין 1990 האט מען געבויט א דאמבע צו ראטעווען דעם צפון טייל פונעם ים. במשך עטלעכע יארן האט דער וואסערפלאך זיך געהויבן. אבער די דאמבע האט געפלאצט, און מען בויט זי צוריק מיט געלט פון אינטערנאציאנאלע קוואלן.