אראבישע לענדער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אראבישע לענדער זענען די לענדער אין מיטל מזרח, און אין צפון אפריקע, וואס דער אפציעלער שפראך, איז אראביש.

רעגירונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רוב לענדער האבן באקומען זעלבסטשטענדיקייט, דורכאויס דעם צוואנציגסטן יארהונדערט, מערסנטנס פון די לענדער, זענען געווען אונטער אייראפעישע הערשאפט. רוב לענדער ווערן געפירט דורך די אריסטאקראטישע עליטע. געוויסע לענדער האבן א קעניגרייך, וואס איז א מאנארכיע. אנדערע זענען א דיקטאטורישע רעזשים, ווי די באפעלקערונג ווערט אונטערדריקט. אין טייל לענדער איז דא פרייהייט, אין א געוויסע זינען, ווי לבנון, עגיפטן, קאטאר, און טוניסיע. אין אנדערע לענדער איז נישטא קיין פרייהייט פון ווארט, און די אפאזיציע האט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן, ווי סאודי אראביע, סודאן, סיריע. אין אלזשיר זענען געווען פרווון צו איינפירן א דעמאקראטיע. אין א טייל לענדער, זענען דא שווערע באציונגען צווישן די מינאריטעטן, ווי לבנון, איראק, סיריע, און סודאן. אין לבנון זענען אלע רעגירונג פאזיציעס, אייניג צעטיילט צווישן די מינאריטעטן, אין איראק שלאגן זיך די שיאטן מיט די סוניס, און זיי ביידע שלאגן זיך מיט די קורדן.

רעליגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין כמעט אלע לענדער איז די רעליגיע, סוני איסלאם, מיטן אויסנאם פון איראק, און באכריין, ווי א מאיאריטעט זענען שיאטן, אין לבנון זענען די שיאטן א גרויסע מינאריטעט גרופע, אינערהאלב די מוסלמענער באפעלקערונג, אין לבנון זענען די מאראנען קריסטן, און די דרוזן, א גרויסע פראצענט פון די באפעלקערונג. אין עגיפטן זענען פארהאן קאפטישע קריסטן. אין סודאן זענען אויך דא אסאך קריסטן, און אנדערע לאקאלע רעליגיעס. אין סיריע, זענען דא אלאוויס, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די שיאטן, וואס זיי הערשן איבערן לאנד.

שפראך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין אלע לענדער, איז די ליטערארישע אראביש, אנגענומען און פארשטאנען, בעיקר אין צייטונגען, רעדעס, און עלעקטראנישע מעדיע, רוב מענטשן פארשטייען די שפראך, וויבאלד די אונטערשיד צווישן די דיאלעקטן איז א קליינער. די לאקאלע דיאלעקטן פון טאג טעגלעכע שפראך, זענען אבער זייער אנדערש, איין געגנט פון צווייטן, אפטמאל אפילו אין די זעלבע לאנד. אין עטליכע לענדער ווי אין מאראקא, און לבנון, איז אויך דא פראנצויזיש, וואס דינט דארט אלס צווייטע שפראך. אין אנדערע לענדער דינט ענגליש, אלס צווייטע שפראך בעיקר אין יארדאניע.

לענדער און געגאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די לענדער פון דרום מערב אזיע, און צפון אפריקע העכערן סאהארא, זענען די לענדער וואס רעכענען זיך אין די גרופע, ווערט אויך פארעכנט אלס מיטל מזרח.

דאס זענען א ליסטע פון זיבן לענדער וואס געפונען זיך אויפן אפריקאנער קאנטינענט.

עלף לענדער זענען אריינגערעכנט אין די גרופע, פון די אזיאטישע קאנטינענט.

אנדערע לענדער וואס געפונען זיך אויך אין מיטל מזרח, אבער ווערן נישט פארעכנט אלס אראבישע לענדער טערקיי, ישראל, קיפראס, איראן. סאמאליע, דזשיבוטי, און קאמארע אינדזלן, אפילו זיי זענען אין אראבישע ליגע, ווערן זיי נישט פארעכנט אלס אראבער.