אקירא קוראסאווא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טעקע:Akira Kurosawa.jpg
אקירא קוראסאווא

אַקיראַ קוראסאַוואַ (יאפאניש: 黒澤 明; ‏23סטן מערץ 1910 - 6טן סעפטעמבער 1998) איז געווען א יאפאנעזער רעזשיסאר, סצענאר שרייבער און פילם פראדוצירער.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קוראסאווא איז געבוירן געווארן אין 1910 אין דעם אמארי דיסטריקט פון טאקיא, דער אכטער און יונגסטער קינד אין דער פאמיליע. זיין פאטער איסאַמו איז געווען פון א סאמוריי משפחה, און זיין מוטער שימאַ איז געווען פון א סוחר'ס משפחה אין אסאקא.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין דער פילם אינדוסטריע אין 1936. נאך עטלעכע יאר אין פילמען האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטן פילם ווי רעזשיסאר אין 1943, סאַנשירא סוגאַטאַ.

אין 1945 האט ער געהייראט יאקא יאַגוטשי, אן אקטריסע אין זיין פילמען.

ער איז געשטארבן אין 1998 אין טאקיא.