אקדמות

פֿון װיקיפּעדיע

וואס איז דאס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אקדמות איז א פיוט וואס אידן ליינען שבועות פאר קריאת התורה. עס איז אויף אראמיש. דער שיר איז געשריבן מיט א שטארקן סדר, עס האט 90 חרוזים עס פארטיגט זיך יעדע ליין מיט די אויתיות "תא". די ערשטע העלף פון דעם שיר איז אויף סדר א"ב, און דער צווייטער איז אויפן נאמן פון פון מחבר לויט די אותיות "מאיר ב"ר יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ"

דער שיר וועט געזונגן מיט א שפעציעלר ניגון וואס איז באקאנט פאר א סארט נוסח פון בענקשאפט.

וואס ווערט ארויסגעברנגט אין דעם שיר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער שיר איז געשריבן מיט גרויס חשק און גיגועים עס ברענגט ארויס די ליבשאפט און דאס אנגעבונדקייט וואס השי"ת האט פאר כלל ישראל און ווי שטארק כלל ישראל גארט צו השי"ת.


די ערשטער חלק פון דעם שיר פארציילט די גרויסע לויב פון הקב"ה, וויאזוי גאט האט באשאפען די וועלט, די מלאכים, ווי אזוי די מלאכים דינען איהם, ווי שטארק השי"ת האט ליב די אידן און די תורה. ווי אזוי יודען לויבן און דאנקען השי"ת, וויאזוי די מלאכים זענען אונז מקנא פאר די גרויסע זכות פון האבן די תורה.

דער צווייטער טייל פון דעם שיר ווידמעט אסאך ווי אזוי די פעלקער קוקן אויף אידן מיט גרויסע קנאה, די גוים פארשטייען נישט פארוואס יודען זענען אזוי שטארק פרום, פארוואס זענען זיי אזוי עקסטרעם ווען עס קומט צו די אמונה אין השי"ת, זיי לאזין זיך פארברענן און פייער און זיך ווארפן אין לייבן גרום אויף קידוש השם, זיי פרויבן אויפווייזן פאר די אידן זיי זאלן נישט זיין אפגעטיילט פון אלע אנדערע גוים און פעלקער, זיין זאגן פארן איד לאמיר זאלן באהעפטן מיט אייך איהר זאלט זיין אזוי ווי אונז אלע, די פעלקער זאגן צו גרויסע זאכן אויב די אידן וועלן ווערן ווי די גוים, דערויף ברענגט ארויס דעם דער בעל פייטן אז אידן לאכן אפ פון די גוים, זיי ענטפערן צוריק אז די גוים פארשטיין נישט די גוטס וועס עס ווארט אויף כלל ישראל ווען משיח וועט קומען.

ווער און ווען האט מען עס מחבר געווען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איר מחבר איז ר' מאיר בעל האקדמות פון ווערמייזא פון די 11 יארהונדערט, וואס ער איז אויך געווען די רבי פון רש"י וואס האט אויך געוואוינט אין ווערמייזא. ר' מאיר שליח ציבור איז אוועק פון דער וועלט פאר שנת ד"א תתנ"ו.

עס איז מקובל אז די מעשה האט מיט דעם סמבטיון.

ווען לייענט מען עס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער מנהג ביי די אשכנזים אז מען לייענט עס אין בית המדרש שבועות ביי קריאת התורה דער מהרי"ל שרייבט אז דער מנהג אין מגנצע איז געווען אז מען האט עס געליינעט נאך די ברכה, דאס הייסט דער ערשטער וואס האט עולה לתורה געווען און האט געמאכט א ברכה אשר בחר בנו, מען האט אנגעהויבן צו לייענן דעם ערשטן פסוק בחודש השלישי און דערנאך האט מען געליינט די אקדמות. אין די פוסקים אין דא א גאנצע מערכה צו מען זאל טאקע זיך פירן אזוי, וויבאלד דאס הייסט א הפסק צווישן די ברכה און דאס לייענן זעה אין טורי זהב חלק אורח חיים סימן תצ"ד, שו"ת שבות יעקב און נאך, די רבנים פון שטאט ויניציא האבן געהאלטן אז מען טאר אזוי נישט טועהן מען דארף ליבערשט לייענט די אקדמות פאר די ברכה, אבער אין אשכנז און אין פולין האט מען זיך יא אזוי געפירט. למעשה ביי חסידים פירט מען זיך מען לייענט עס פאר מען מאכט די ברכה אויף די תורה. זעה אויך שו"ת שער אפרים סי' י'.

חשיבות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן מברסלב האט געזאגט זייער גרויס לויב אויף דעם שיר, ער האט אמאל געזאגט מיט נאסטאלאגיע וואס פאר א אוצר אידן פארמאגן "אקדמות מיטן ניגון". אויך האט ער געזאגט אויף דעם שיר, עס איז א שיר של חשק, דאס הייסט דאס איז א ניגון וואס א גלוסיטגער רעדט מיט גלוסטיקייט צו זיין חבר/חבר'טע, ווי זיי בעננגען איינער צו צווייטן מיט גרויס גלוס און ליבשאפט.