אנציקלופדיה תלמודית

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
צוות האנציקלופדיה התלמודית.png

ענציקלאפעדיע תלמודית ווערט ארויסגעגבן דורך א מכון געגרינדעט דורך הרב ר' מאיר בר אילן, זון פון נצי"ב און געווען אנגעפירט דורך הרב שלמה יוסף זעווין עס אנטהאלט שוין 32 בענדער.


דארטן ווערן אויסגעשמועסט אלע שיטות פון ראשונים אחרונים פוסקים און מפרשים אויף ש"ס, הלכה מנהג און קבלה און מקרא איבער יעדן נושא וואס נאר פארהאן אין אידישקייט.


עס גייט לויט די אותיות

מען האלט ביי אנפאנג אות כ'.

איינער פון די פרינציפאלע רעדאקטארן צווישן די יארן תשמ"א ביז תשס"ו איז געוון דער גאון רבי עזריאל לעווי שליט"א, א תלמיד פון דעם גאון רבי חיים יעקב ראטנבערג, דער פאריזער רב, און פון דעם גאון רבי לייב גורוויץ, דער גייטסהעדער ראש ישיבה, און פון דעם באוואוסטן גאון רבי נחום פרצוביץ זצ"ל.

דרויסנדע לינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]