אנימע
אַנימע (יאפאניש: アニメ; ענגליש: Anime) איז א פארקירצערונג פונעם ווארט "אנימאציע", וואס באדייט קאריקאטור פילמען. דאס ווארט שטאמט פון יאפאן, וואו מען ניצט דאס ווארט פאר יעדן סארט אנימאציע, סיי לאקאל סיי פון דער גאנצער וועלט. אבער אין דער ברייטער וועלט ניצט מען דאס וואר "אנימע" דווקא פאר אנימאציע וואס שטאמט פון יאפאן.
אנימע איז א פילם געשאפן דורך אנימאציע טעכניק, אדער ביי האנט אדער מיט א קאמפיוטער, אין צוויי דימענסיעס אדער דריי דימענסיעס. רוב מאל מאכט מען די בילדער מיט גאר גרויסע אויגן.
היסטאריע [באַאַרבעטן]
דער סטיל פון אנימע האט אנטוויקלט אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. די יאפאנעזער האבן זיך אויסגעלערנט פון אנימאציעס פראדוצירט אין פראנקרייך, דייטשלאנד, די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד. מ'האט געניצט אנימאציע צו פארמיידן מאכן פילמען מיט אקטיארן, סיי ווייל אין יאפאן האט מען נישט געהאט גענוג פלעצער צו מאכן פילמען, סיי ווייל די יאפאנעזער זען אויס אנדערש ווי מענטשן פון דער גאנצער וועלט און ס'איז געווען שווער צו מאכן פילמען וועגן מענטשן פון אנדערע לענדער.