אנאליטישע כעמיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַנאַליטישע כעמיע איז דער צווייג פון כעמיע וואס שטודירט די אידענטיפיקאציע פון די כעמישע קאמפאנענטן פון נאטירלעכע און קינסטלעכע מאטריאלן און זייער כעמישע פארמעל. קוואליטאטיווער אנאליז זאגט וועלכע כעמישע סובסטאנצן געפינען זיך אין א מוסטער, און קוואנטיטאווער אנאליז זאגט וויפיל פון יעדער סובסטאנץ.

א ביישפיל פון קוואליטאטיוון אנאליז איז די זויער פראבע פאר גאלד. מען לייגט א טראפ שטארקן זויער אויף דעם מעטאל. אויב עס גייען קליינע בלעזלעך, איז דער מעטאל נישט גאלד. נאך א ביישפיל איז קוקן מיט א מיקראסקאפ צו זוכן געוויסע באשטאנדטיילן.