אנאטיווקא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אנאטעווקע)

אנאטיווקא (אוקראיניש: Гнатівка; גנאטיווקא) איז א גאנץ קליין דערפל אין אוקראינע.

אין ווארהייט זענען פארהאנען עטליכע אזעלכע ערטער מיט דעם - צו ענליכע נאמען. און איז געביטן געווארן מיט די יארן, פון אנאטיווקא צו אנאטעווקע, צו איגנאטיווקע.

ווי קליין דאס דערפעלע איז, וואס אפילו אויפן רוסיש-אוקריינישער מאפע פארנעמט זי נישט קיין ארט און ווערט אפילו נישט דערמאנט דורכאויס! דאך אבער האט זי מיט איר היסטאריע געהאט מזל, און איז גאר א פאפולערער נאמען, סיי אין דער חסידישער וועלט, און סיי - להבדיל אינעם טעאטער-שפיל וועלט.

דער באוואוסטער חסידישער גייסטישער פירער, רבי מאטעלע דער טשערנאבלער מגיד זי"ע, האט געגארט צו ווערן באגראבן אין יענעם קליין דערפעלע, וואס איז א האלבע שטונדע וועג, מיט א אויטא, פון קיעוו, די הויפט שטאט פון אוקראינע. און דארט ווי עס קלונגען נישט די גלעקער פון די קלויסטער [זייענדיג א פיצינקע דארף איז אפילו נישט געבויעט געווארן דארט קיין תיפלה ווי איבעראל לענגאויס רוסלאנד] און דארט איז טאקע זיין רוה ארט.

ווידעראום אנאטעווקע וואס איז באקאנט פונעם מאווי שפיל 'טעוויע דער מילכיקער' אדער 'דער פידלער אויפן דאך', וואס איז פארפאסט געווארן דורכן היסטארישער פיעסע שרייבער שלום עליכם, וואס האט אליין געוואוינט אין יענעם אומגעגענד, און האט געשטאמט פון חסידישע אור עלטערן פונעם טשערנאבלער דינאסטיע. דעריבער קען גאר זיין אז עס איז עפעס א צווייטע דערפל מיט דעם נאמען, אדער גאר קען זיין אז עס איז יא דאס זעלביגע.

50°23′32″N 30°2′48″E / 50.39222°N 30.04667°E / 50.39222; 30.04667