אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008
פֿון װיקיפּעדיע
די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008 וועט זיין די 55סטע פרעזידענט וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, וואס וועט פארקומען נאוועמבער 4, 2008. וואלן פאר אלע 435 קאנגרעסלייט און 35 סענאטאר'ס וועלן פארקומען אין די זעלבע צייט.
ווער אימער עס באקומט די מערהייט פון די עלעקטארעל שטימען (270 עלעקטאראלע שטימען פעלן אויס צו האבן א מערהייט) וועט זיין די 44'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. אויב קיין איין קאנדידאט באקומט קיין מערהייט דאן וועט דער פרעזידענט ווערן ערוועלט דורך אן אפשטימונג און די קאנגערס, מיט יעדע סטעיט באקומעדיג איין שטימע.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] קאנדידאטן און פאטענציעלע קאנדידאטן
פאליטישענס מיט גרויס אמביציעס אנצוקומען צו ווייסן הויז, האבן שוין אנאנסירט זייער קאנדידטור, און זאמלען געלט און קאמפיינען פאר די פריימעריס וואס וועל פארקומען סוף 2007 אנפאנג 2008.
[בעאַרבעטן] רעפובליקאנער פארטיי
זעט דעם הויפּט ארטיקל – אמעריקאנער רעפובליקאנער פרעמיערע 2008
אין מערץ 3 האט זשאן מעקעין דער סענאטאר פון אריזאנע, זיך פארזיכערט מיט רוב דעלגאטען צו געווינען די נאמינאציע און געווארן דער אפיציעלער רעפובליקאנער קאנדידאט אין די אלגעמיינע פרעזידענט וואלן.
געוועזענע קאנדידאטן
- טאמי טאמפסאן, געוועזענער גאווערנאר פון וויסקאנסין.
- דאנקען האנטער, קאנגערסמאן פון קאליפארניע.
- פרעד טאמפסאן, געוועזענער סענאטאר פון טענעסי.
- רודאלף דזשוליאני, געוועזענער מעיאר פון ניו יארק.
- מיט ראמני, געוועזענער גאווערנאר פון מאסאטשוסעטס.
- מייק הוקאבי, געוועזענער גאווערנאר פון ארקענסאו.
- ראן פאול, קאנגערסמאן פון טעקסעס.
[בעאַרבעטן] דעמאקראטישע פארטיי
אין יוני 3 האט באראק אבאמא דער סענאטאר פון אילינויס. זיך פארזיכערט מיט א מערהייט דעלגאטאן צו געווינען די נאמינאציע און געווארן דער אפיציעלער דעמאקראטישער קאנדידאט אין די אלגעמיינע פרעזידענט וואלן.
געוועזענע קאנדידאטן
- קריסטאפער דאד, סענאטאר פון קאנעטיקוט.
- ביל ריטשארדסאן, דער גאווערנאר פון ניו מעקסיקא.
- דזשאן עדווארדס, דער געוועזענער סענאטאר פון סאוט קארעליינע און דער מיטלויפער מיט דזשאן קערי.
- דעניס קוסעניטש, קאנגערסמאן פון אהייא, און געוועזענער יונגסטער מעיאר פון קליוולאנד.
- דזשו ביידען, סענאטאר פון דעלעווער.
- הילערי קלינטאן, די געוועזענע ערשטע פרוי, און דער יעצטיגער סענאטאר פון ניו יארק

