אלעזר ראזענפעלד

פֿון װיקיפּעדיע
אלעזר ראזענפעלד
געבורט 1862 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1943 (אלט 81 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אלעזר הלוי ראזענפעלד זצ"ל (י' ניסן ה'תרכ"ב - ז' מנחם אב ה'תש"ג) רבי אלעזר'ל אשפעצינער.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר'ל איז געבוירן געווארן י' ניסן ה'תרכ"ב אין קאמינקא, צו זיין פאטער הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת שיינדל א טאכטער פון הרב שמואל צבי הירש, פון דרישקאפאלי, א זון פון הרב אלעזר רוקח פון די חכמי בראד (דער פאטער פון דער שר שלום פון בעלזא).

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין חתונה האט רבי אלעזר'ל געגעסען קעסט איין יאר ביי זיין שוואגער הרב יצחק טוביה רובין אין צאנז.

אין יאר ה'תרמ"ה איז רבי אלעזר'ל געווארן רב אין באכניא, אין יאר ה'תרנ"ז רב אין קאמינקא, און אין יאר ה'תרס"ז האט ער זיך באזעצט אין אשפעצין (פון דארט נעמט זיך דער נאמען רבי אלעזר'ל אשפעצינער). ט"ו מנחם אב ה'תרצ"ו איז רבי אלעזר'ל ארויף געפארן קיין צפת, און ווינטער ה'תרצ"ז האט רבי אלעזר'ל זיך באזעצט אין ירושלים און געגרינדערט א בית המדרש אין מאה שערים, זומער ה'תרצ"ט איז רבי אלעזר'ל צוריק געקומען קיין אשפעצין.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן ז' מנחם אב ה'תש"ג.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרכ"ח (אומגעפער) - ביי די זעקס יאר - איז רבי אלעזר'ל פארלויבט געווארן מיט מרת פראדיל א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און געהייראט מיט איר אין יאר ה'תרל"ח (שוין נאך די פטירה פון צאנזער רב). דער שינאווער רב א ברודער פון די כלה איז געווען דער אונטער-פירער. זייערע קינדער:

  • מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב אריה לייביש ראזענפעלד פון מאשציסק.
  • הרב נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד הי"ד, רב אין אשפעצין, ער האט געהייראט מרת יוכבד רייצא א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל רב אין קלאסנא-וויעליטשקא. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט ניין קינדער, געבליבן לעבען א טאכטער:
    • מרת פראדיל, די ווייב פון הרב נפתלי וויעטשנער פון ניו יארק.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אוהב שלום - צוזאמען גענומען דורך הרב נחום מאיר גערמאן ה'תשמ"ג
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות - מלכה, א.ל.ג. - שרה מלכה דבורה, אוהב שלום - מלכה דבורה