אלעזר בינדיגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אלעזר בינדיגער זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תר"ם) פון שינאווא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב שמואל זאנוויל בינדיגער פון בארדיעוו, א זון פון הרב ברוך אברהם בינדיגער רב אין האנאשאוויץ (ער איז נפטר געווארן א' אלול ה'תרל"ה), א זון פון הרב שרגא פֿייוול בינדיגער, אן אור-אייניקל פון בית שמואל אויף אבן העזר. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אליעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון נועם אלימלך.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין חתונה האט רבי אלעזר געגעסן קעסט ביי זיין שווער, ביז ווען ער איז נפטר געווארן.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר איז נפטר געווארן יונגערהייט, אין יאר ה'תר"ם (אומגעפער), און האט איבערגעלאזט צווי יונגע יתומים, וועלכע זענען אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער שינאווער רב

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלעזר האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, ער האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער ביז זיין פטירה. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר