אלישע האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
אלישע האלבערשטאם
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אלישע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ך - ט"ו ניסן ה'תש"א) איז געווען רב אין גארליץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלישע איז געבוירן אין יאר כת"ר, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

זיינע רבי'ס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלישע האט געלערנט ביי זיין שווער רבי מרדכי דוב, דער הארנסטייפלער רב, פופצן יאר, ער האט באקומעו סמיכה ב' קדושים אין יאר ה'תרנ"ה פון הרב חיים איסר הורוויץ רב אין וויטקאוו, י"ט חשוון ה'תרנ"ו פון הרב נפתלי צבי גאלדבערג ראב"ד אין טארנא, ב' חוקת אין יאר ה'תרנ"ט פון הרב נתן גאלדבערג רב אין לימאנאוו, און י"ד חשוון ה'תרס"ד פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איו יאר ה'תרס"א איז רבי אלישע געווען רב אין קראס-קראסנא; אין יאר ה'תרס"ה איז ער געווארן ראב"ד איו גארליץ, נאך זיין ברודער'ס פטירה אין יאר ה'תרע"ח איז ער געווארן רב.

ווען די צווייטער וועלט מלחמה איז אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין סאמבאר. פון דארטן האט מען אים אריבערגעפירט אין סיביר.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלישע איז נפטר געווארן אין סיביר רוסלאנד פסח ביים סדר אנווייזנדיג אין דער הגדה אויף "ויהי בחצי הלילה", ט"ו ניסן ה'תש"א.

זיין רביצין מרת יוכבד רבקה איז אויך נפטר געווארן דארט י"ט תשרי ה'תש"א.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלישע האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארניסטייפלער רב. זייערע קינדער:

  • הרב דוד משה האלבערשטאם (תר"ן - תשל"א), דינאווער רבי אין אמעריקא, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב יוסף שפירא רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בערטש. רבי דוד משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק אין יאר ה'תשל"א אן קינדער. ער האט איבערגעדריקט דעם ספר הנותן אמרי שפר.
  • הרב אהרן האלבערשטאם (געב' תרנ"ה), גארליץ - וויעליטשקא רבי אין אמעריקא. אן איידעם רבי שמואל שמעלקע פרענקיל-תאומים, קלאסני-וויעליטשקער רב.[1]
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, גארליצער רבי אין אמעריקא, אן איידעם פון הרב שמואל שפירא רב פון רעדים. זיין טאכטער:
    • מרת אלטא צפורה הי"ד.
  • מרת רחל פייגא, די פרוי פון הרב יצחק שפירא-קטן פון אמעריקא, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין לאנצהוט.
  • מרת ברכה, די פרוי פון הרב ברוך משה פרנס פון אמעריקא
  • מרת מרים לאה, הי"ד, די פרוי פון הרב זלמן האלבערשטאם פון אמעריקא
  • מרת נחמה

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור (ירושלים, תשנ"ח)