אליעזר שלמה שיק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אליעזר שלמה שיק
מוהרא"ש זצ"ל
מוהרא"ש זצ"ל
געבורט 29סטן אפריל 1940; כ"א ניסן ה'ת"ש
פטירה 6טן פעברואר 2015; י"ז שבט תשע"ה
מאנהעטן, ניו יארק
טעטיקייט יבנאל
געהערט צו ברסלב
באשעפטיגונג משפיע

ר' אליעזר שלמה שיק (באַקאַנט װי מוהרא"ש) ( 29סטן אפריל 1940; כ"א ניסן ה'ת"ש - 6טן פעברואר 2015; י"ז שבט תשע"ה) איז געווען א פירער פון א ברסלבער אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און א משפיע פון דעם ישוב יבנאל וואס ווערט גערופן ביי אים עיר ברסלב.

ער האט געוואוינט אין בארא פארק אבער ער האט געהאט אנהענגער אין די צענדליגע טויזנטער איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך געשוואורן ביי אים אז ער איז געווען אן ערליכער איד מיט העכערע כוחות.

ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי די היימישע קרייזן, אבער זיינע ידיעות און בריוון און זיינע צוגעלאזענע שמועסן האט געצויגן אפילו פרייע איבערהויפט ספרדים וואס טוען זיך אן זיינע קמיעות מיט א בילד פון אים. זיי גלייבן אז דער דאזיקער קייטל אריינגעקריצט א בילד פון זיין הייליקן געזיכט, שיצט זיי פון אלע שלעכט ברוחניות ובגשמיות.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אליעזר שלמה שיק איז געבוירן געווארן כ"א אייר ת"ש אין ירושלים צו זיין פאטער רבי מנחם זאב שיק, טאקייער רב, וואס איז געקומען אין ארץ ישראל פון אונגארן ביים אויסבראך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די משפחה האט זיך שפעטער געצויגן קיין אמעריקע, וואו ער האט געלערנט ביים קאשויער רבין און אין דער תפארת ירושלים ישיבה ביי הרב משה פיינשטיין.

ער האט געהייראט די טאכטער פונעם קאסאנער רבין אין בני ברק.


אין תשע"ה איז ער געווארן זייער קראנק, און ער איז נפטר געווארן ערב שבת י"ז שבט. דעם זעלבן טאג האט מען אים מלוה געווען פון זיין בית מדרש אין בארא פארק, און נאך שבת האט מען אים באערדיגט אין יבנאל.


שייכות צו ברסלב[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווינטער תשי"ז, ביי די 16 יאר איז ער געווארן נאנט צום ברסלבער וועג דורך זיך אנקלאפן אין דעם ספר "השתפכות הנפש" און דאס האט אים געברענגט צו פרייליכקייט, תיקון חצות, און התבודדות, און אזוי איז ער געווארן א ברסלבער.

ער איז געווען א בקי אין יעדן ספר וואס האט נאר שייכות צו ברסלב און איינזעהנדיג אז ס'פעהלט ספרים האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן ספרים אנהויבענדיג איבערצודרוקן אלטע און נאכדעם דרוקן נייע ספרים פון זיינע שיעורים בריוון אין סתם התחזקות.

זיייענדיג אין ירושלים אין שול אין ברסלב האט ער אנגעהויבן צו באקומען אסאך מתנגדים זעענדיג אים אלס איינער וואס האט צו א שטארקע קאריזמע און געשמאקייט און ער וועט באדראהען זי זקני אנ"ש און אלעס איבערנעמן, מ'האט איהם גע'רודפ'ט עד חרמה אזוי אז ער איז טאקע אוועק פון דארט אבער בויענדיג אן אייגן געזעלשאפט מיט באשוואוירענע חסידים.

א שטעטל יבנאל מיט 400 משפחות בעיקר בעלי תשובות אדער ספרדישע, הונדערטער טויזנטער קונטרסים און הונדערטער ספרים אלץ איז געווארן אפגעשריבן און אפגעטעיפט, און אזוי ווייטער. געבענדיג זיינע בתי מדרשים א נייע נאמען "היכל הקודש".

זיינע אויפטוען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב שיק מיט הרב עובדיה יוסף
  • דער סדר הלימוד פון זאגן אסאך אהן פארשטיין האט מוהרא"ש אריינגעברענגט צווישן זיין עולם זאגן און זאגן 18 פרקים משניות וכדומה. זאגנדיג אז דאס איז דער ברסלבער דרך (עיין שיחות הר"ן ע"ו).
  • ווייסע בגדים אום שבת. אין יבנאל גייט דאס גאנצע שטעטל ווייס אנגעטוען שבת, ווייל לויטן זוהר דארף מען אזוי גיין.
  • מ'האט חתונה זייער יונג אזוי יונג ווי 14 יאהר ווייל אזוי - זאגט מוהרא"ש - קען מען האלטן די בחורים ריין פון שמוץ ביז דעמאלטס, און זיי דארפן זיך נישט פארפאטשקענען.
  • רוב פון זיינע שמועסן זענען בעיקר פון יסודות'דיגע ברסלבער ענינים זייער אראפגעלאזט ווי התבודדות, תיקון חצות, תמימות, שמחה, וכדומה. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס רעדן מער פון העכערע ענינים.
א קמיע פון אים

סאטמאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ארונישע צייטונג "דער בלאט" דעקט אים שטארק פאזיטיוו. און צוליב זיינע פארברענטע חסידים וואס לויפן ארום שלעפן מענטשן האט דאס צוגעברענגט אז פילע סאטמאר בעלי שיטה האבן אנגעהויבן צו קומען צו זיינע שיעורים ווי ער פארגעסט נישט נאכצוברענגען פון סאטמאר רב, און אפאר קנאות'דיגע פראזען.

וויליאמסבורג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין וויליאמסבורג האבן זיי אפגעקויפט א בנין אויף סקילמאן סטריט וואו עס איז פלאצירט געווארן דער שול, די ישיבה תפארת התורה (ר׳ יואל ראטה) ,אין די ת״ת היכל הקודש ברסלב

יבנאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – יבנאל

עס איז אנטשטאנען א מחלוקת צווישן די מוהרא''ש און די אלטע איינוואונער פון יבנאל צוליב וואס ער האט אהינגעשיקט זיינע מענטשען דארט צו וואונען, און עס האט געבאדערט טייל פון די אלטע איינוואונער.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]