אליעזר גארדאן

פֿון װיקיפּעדיע
הרב אליעזר גארדאן
געבורט 1841
ה'תר"א
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1910 (אלט 69 בערך)
ד' אדר א' ה'תר"ע
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג מוסר באוועגונג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אליעזר גארדאן (ה'תר"א - ד' אדר א' ה'תר"ע; 1841 - 1910), באוואוסט אלס ר' לייזער טעלזער, איז געווען פון די חשב'סטע רבנים אין דער ליטע און פירערס פון די ליטווישע ישיבות. רוב פון זיינע יארן האט ער געדינט אלס אב"ד און ראש ישיבה אין טעלז. אונטער אים איז די טעלזער ישיבה געווארן די גרעסטע ישיבה אין דער ליטע.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב אליעזר גארדאן איז געבוירן אינעם יאר ה'תר"א אין טשערניאן דארף לעבן סוויר אין דער ווילנער גובערניע. פריער האט ער געלערנט אין דער סמארגאן חדר. ער האט גיך געוויזן עילויאישקייט, און זיין פאטער אברהם שמואל, א תלמיד ר' חיים וואלאזשינער'ס, האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה אין א שטעטל לעבן ווילנא. נאכער איז ער געגאנגען לערנען אין קאוונע אין הר"ר ישראל סאלאנטער'ס בית מדרש. צום עלטער פון פופצן יאר האט ר' ישראל ממנה געווען אים אלס מגיד שיעור.

אין ה'תרט"ז (1856) האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' אברהם יצחק נאווייזער, דער קאוונער רב. אין קאוונע איז ער געווארן א מורה הוראה ביז ה'תרל"ד (1874) ווען מ'האט אים באשטימט אלס שטאט רב פון סלאבאדקע (א שטעטל לעבן קאוונע). מיט א האלב יאר שפעטער איז ער געווארן רב אין קעלם[1], וואו ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה וואס האט געצויגן בחורים פון דער לענג און ברייט פון ליטא. מיט א צען יאר שפעטער האט ער באקומען א רוף צו ווערן רב אין טעלז; דארטן איז ער אויך געווארן ראש ישיבה פון דער ארטיגער ישיבה.

אין תרס"ט איז הרב גארדאן געווען א דעלעגאט צו דער האָמבורג קאנפערענץ וואו מ'האט באשלאסן אויפצושטעלן אגודת ישראל.

אינעם יאר ה'תר"ע (1910) איז ער געפארן קיין לאנדאן בכדי צו זאמלען געלט פאר'ן בניין פון דער ישיבה וואס איז פארברענט געווארן. ער האט נישט געהאט קיין סאך הצלחה אין לאנדאן און ער איז נפטר געווארן דארטן ד' אדר א' . ער האט געהאט א ריזיגע לויה פון פופציג טויזנט מענטשן וואס האבן אים באגלייט צופיס עטלעכע קילאמעטער צום בית עולם אין עדמאנטאן. צווישן די מספידים זענען געווען דער רידב"ז, דער אדר"ת און דיין שמואל יצחק הילמאן פון גלאזגוי.

טעלז[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש ער איז געווען דער שטאט'ס רב אין טעלז, אבער זיינע עיקר כוחות האט ער אריינגעלייגט אין דער ישיבה. אנדערש ווי איז געווען איינגעפירט אין ישיבות דעמאלסט, האט ער איינגעפירט א נייעם מהלך אין לערנען, וואס איז היינט אויפגענומען אין כמעט אלע ישיבות:

  1. ער האט געטיילט די ישיבה אין עטלעכע שיעורים, נישט אזוי ווי פריער ווען אלע בחורים האבן געלערנט צוזאמען אין איין שיעור.
  2. ער האט געלייגט דעם עיקר דגש אויף לערנען גמרא מיט ראשונים (רמב"ן, רשב"א, ריטב"א א.ד.ג.), צוזאמען מיט נאר געציילטע אחרוניםקצות, נתיבות און ר' עקיבא אייגער.
  3. אלס תלמיד פון ר' ישראל סאלאנטער האט ער איינגעפירט אין ישיבה לערנען מוסר. אין תרנ"ז האט ער אויפגענומען ר' לייב חאסמאן אלס משגיח.

ר' אליעזר אליין האט געזאגט דעם העכסטן שיעור. אן אנדער שיעור האט געזאגט זיין איידעם, הר"ר יוסף לייב בלאך. ער האט אויך אויפגענומען הר"ר שמעון שקאפ אלס מגיד שיעור.

ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מ'האט ארויסגעגעבן צוויי בענדער פון זיינע תשובות "תשובות רבי אליעזר"; אינעם צווייטן באנד האט מען געדרוקט א טייל פון זיינע חידושים אויף מסכתות.

מקורות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. קעלמער יזכור בוך