אלימלך בינדיגער

פֿון װיקיפּעדיע
אלימלך בינדיגער
קיין פריי בילד
געבורט 1860
שינאווא, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1925 (אלט 65 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אלימלך בינדיגער זצ"ל (ה'תר"ך - ה'תרפ"ה), רב אין שינאווא

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלימלך איז געבוירן אין שינאווא אין יאר ה'תר"ך (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר בינדיגער פון שינאווא, א זון פון הרב שמואל זאנוויל בינדיגער פון בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך אברהם בינדיגער פון האנאשאוויץ. און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

רבי אלימלך'ס מוטער מרת חיה שרה האט אים אמאל געברענגט אלס קינד צו איר פאטער דער שינאווער רב, האט דער שינאווער רב געזאגט פארזארגט, "צו שטיל", (רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי האט ערקלערט אז דער שינאווער רב האט געהאלטן א קינד דארף זיין ווילד [1]).

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרס"ו ווען זיין שווער איז אריבער וואוינען קיין צאנז, איז רבי אלימלך געווארן רב אין שינאווא אויף זיין שווער'ס ארט. ביי דער ערשטער וועלט קריג איז רבי אלימלך אנטלאפן קיין אונגארן, און אויף דער איינלאדונג פון הרב יחזקאל פאנעט, דער רב אין דעעש, איז ער געבליבן וואוינען אין דעעש, נאכהער האט ער זיך געצויגן קיין ווארסעהעלי.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלימלך איז נפטר געווארן אין ווארסעהעלי אין יאר ה'תרפ"ה (אומגעפער).

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלימלך האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב רבי משה'לע שינאווער. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות מערכת שינאווא פרק יא