איתמר ראזענבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי איתמר ראזענבוים (ה' תמוז ה'תרמ"ו - כ"ב סיון ה'תשל"ג) איז געווען אדמו"ר פון נאדווארנא.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי איתמר איז געבוירן געווארן ה' תמוז תרמ"ו צו זיין פאטער רבי מאיר ראזנבוים פון קרעטשענעוו, א זון פון רבי מרדכי לייפער פון נאדווארנא, א זון פון רבי ישכר בערטשע לייפער פון נאדווארנא, און צו זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יחיאל מיכל טירער פון דאראהוי.

אדמו"רות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי די פופצן יאר האט רבי איתמר אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין טשערנאוויץ. אין תרע"ד, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז ער אריבער אין ווין און קרעטשענעוו. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער זיך גצויגן אין אמעריקע. אין תשכ"ט האט ער אויפגעשטעלט זיין בית מדרש אין תל אביב.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי איתמר איז נפטר געווארן כ"ב סיון תשל"ג און מ'האט אים באערדיקט אין הר הזיתים. ער האט שוין געהאט געזען אן אוראייניקל וואס האט געפירט א רביסטעווע.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי איתמר האט געהייראט מרת מלכה, א טאכטער פון רבי אשר ישעיה פון קאלבאסאוו. זייערע קינדער:

  • רבי מאיר ראזנבוים, הויפט רב פון קובא ביז תשט"ו און דערנאך רב אין מעקסיקא ביז תש"ס
  • רבי חיים מרדכי ראזענבוים (כ"ד אייר ה'תרס"ג - ט"ו טבת ה'תשל"ח) פון נאדווארנא; ער האט געהייראט מרת סימא רייזל, טאכטער פון זיין פעטער רבי אליעזר זאב פון קרעטשניף.
  • רבי ישכר בער ראזנבוים (תרס"ה - תשמ"א) פון סטראזשניץ, איידעם ביי רבי ישכר דוב בערטשע לייפער פון סאטמאר
  • רבי יצחק אייזיק (געב' תרס"ח) פון זוטשקע
  • רבי אשר ישעיה (תרע"ד - ח' תמוז תשע"ב) פון בוקארעשט און חדרה.‏[1] איידעם ביי זיין ברודער רבי יצחק אייזיק פון זוטשקע
  • די ווייב בזיווג שני פון רבי ישראל דוד הורוויץ פון שענדישאוו־שאץ
  • די ווייב פון רבי אברהם אבא לייפער פון פיטסבורג
  • די ווייב פון רבי מאיר אייזיקסאן פון ראמאן פילאדעלפיע (נעפע פון רבי איתמר)
  • די ווייב פון רבי שלום ישכר בער שפירא פון קעכניע

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]