אינטעליגענטע אויספלאנעווען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ווען א מענטש טרעפ א זייגער אין א וויסטעניש כאפט ער גראד אז די זייגער איז געמאכט מער דורך א כוונה ווי די שטיינער ארום

אינטעליגענטע אויספלאנעווען (Intelligent Design) איז דער באגריף וואס לויטעט אז באשעפענישן פון לעבן אויף דער וועלט, איז דאס בעסטע פארשטענדליך דורך גלייבן אין א קלוגער באשעפער. און נישט דורך אן אומדירעקטער עקסידענט פראצעס פון נאטורליכע סעלעקציע.


אנדערשט פון עוואלוציע וואס איז א טעאריע, איז אינטעליגענטע אויספלאנעווען א פאקט וואס מ'לאזט זיך נישט אריין אין די ווייטערע העכערע סיבות וואס, ווער און וויאזוי אלץ איז באשאפן. מען באטראכט בלויז די נאטור ביז מ'קומט צום אויספיר וואסערע טיפע דעזיין; גרויסע וואונדערליכע קענטעניסן, און פונקטליכע פלענער עס ליגט אין די נאטור, און דורך דעם איז א ראי' אז ענדלאזע אינטעלעגענציע, און נישט בלינדע אומפאל האט דאס באשאפן.

זיי זענען אפילו גורס די טעאריע פון עוואלוציע, אבער די באשאפונג פון אנפאנג זאגן זיי ליגט מער פון דעם בלינדן פראצעס.

קעגנערשאפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט וויסנשאפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די רוב וויסנשאפטלער זאגן אז עס שטימט נישט, און דערווייל זעהט מען נישט קיין פלאן אדער ציל אין באשעפעניש, און אז עס זענען דא אסאך מער פעלערן און וויסטעניש ווי עס זענען דא וואונדער. ווי צום ביישפיל די שטיינער וואס ליגן ארום די זייגער.

צוליב די מאטיוו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דערווייל איז דאס נישט קיין אנגענומענע לימוד אין די פובליק שולעס ווייל די רוב אלגעמיינער גוי, אפילו זיי זענען רוב רעליגיעז, האלטן אבער אז דער גאנצער חכמה ווערט געטריבן פון אמונה און רעליגיע, און אנדערשט פון כללית'דיגע סייענס, וואס האט נישט קיין מאטיוו עפעס אנדערשט ווי שטודירן לעבן, רוב סייענטיסטען זענען אפילו רעליגיעז, האבן די אינטליזשענט דעזיין חברה א אינטערעסע צו פארשפרייטן זייער גלויבן אין א גאט וואס זיי זאגן טאקע נישט ארויס בפירוש אבער דאס איז זייער ענד כוונה.

די אינטעליגענטע אויספלאנעווען חברה ענטפערן אבער אז די וויסנשאפטלער האבן א פניה קעגן אמונה, און זענען נישט מסכים פאר קיין שום פרייז איינצוזען אז עס איז דא א באשפער אויף דער וועלט אפילו די ראיות צייגן צו דעם ווייל זיי זענען פאנאטשיע אטעאיסטען.

עס פארענטפערט גארנישט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די טענה אז א באשאפער איז נאך מער וואונדערליך ווי די זייגער, און אויב ער מוז נישט האבן א באשאפער דאן דארף די וועלט אויך נישט האבן א באשאפער.

תורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי אידן ווערט דאס אנגערופן נפלאות הבורא פון דעם חובת הלבבות אין שער הבחינה, ביזן רמב"ם און זיין יד החזקה, האבן אראפגעלייגט אלס יסוד אז צו זיין א ערליכער איד איז דאס בעסטער און גרינגסטער וועג דורך די לימוד פון אינטעליגענטע אויספלאנעווען. ווייל דאס איז דער שנעלסטער און גרינגסטער וועג צו אמונה.[פֿעלט אַ מקור]