אייראפעישער זומער זייגער
פֿון װיקיפּעדיע
דער אייראפעישער זומער זייגער איז די איינארדנונג לויט וואס אין גאנץ אייראפע (חוץ איסלאנד) רוקט מען דעם זייגער צוריק א שעה אין פריליננ. דער סעזאן פון דעם זומער זייגער דויערט פון 01.00 UTC דעם לעצטן זונטאג אין מערץ ביז 01.00 UTC דעם לעצטן זונטאג אין אקטאבער.
אינהאַלט |
צייט זאנעס אין אייראפע:
העלע קאלירן ווייזן לענדער וואס האלטן נישט קיין זומער זייגער:
איסלאנד, אלזשיר, בעלארוס, טוניסיע, רוסלאנד
| העל בלוי | מערב אייראפישע זייגער (UTC+0) |
| בלוי | מערב אייראפישע זייגער (UTC+0) מערב אייראפישע זומער זייגער (UTC+1) |
| רויט | צענטראל אייראפישע זייגער (UTC+1) צענטראל אייראפישע זומער זייגער (UTC+2) |
| געל | מזרח אייראפישע זייגער (UTC+2) מזרח אייראפישע זומער זייגער (UTC+3) |
| אראנזש | קאלינינגראדער זייגער (UTC+3) |
| גרין | מאסקווער זייגער (UTC+4) |
איסלאנד, אלזשיר, בעלארוס, טוניסיע, רוסלאנד
היסטאריע [באַאַרבעטן]
אמאל פלעג מען האלטן דעם זומער זייגער אין יעדן לאנד אין אייראפע אן אנדער צייט, וואס האט געשאפן שוועריגקייטן אין טראנספארט און קאמוניקאציע. זייט 1980 האט די אייראפעישע געמיינדע ארויסגעגעבן באפעלן צו די מיטגליד שטאטן אז זיי זאלן איינפירן לויט זייער געזעץ געוויסע זמנים פאר'ן אנהייב און פאר'ן סוף פונעם זומער זייגער.
אין 2001 האט מען ארויסגעגעבן דעם ניינטן באפעל וואס באשטימט דעם זומער זייגער פונעם לעצטן זונטאג אין מערץ ביזן לעצטן זונטאג אין אקטאבער.[1]