אייראסטאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אייראסטאר סימבאל
אייראסטאר באנען אין וואטערלו אינטערנאציאנאלע סטאנציע
אן אייראסטאר אויפן CTRL פארנדיג אדורך די מעדוויי שטעט

אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטן מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל) און בריסל אין בעלגיע. די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל. אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פֿאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14 נאוועמבער 2007; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש: High Speed 1).

זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.

ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע.

טייל אייראסטארס שטעלן זיך אפ אונטערוועגס קיין בריסל און פאריז.


אינהאַלט

[באַאַרבעטן] הויפט סטאנציעס

[באַאַרבעטן] אייראסטאר רוטעס

אייראסטאר רוטע מאפע
BSicon KBHFa.svg 0:00 סט פאנקראס אינטערנאציאנאל אונטערגרונט רונדל
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon eHST.svg סטראטפארד אינטערנאציאנאל DLR רונדל (עפֿנט 2010)
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon WTUNNEL1.svg טעמס טייך
BSicon HST.svg 0:15 עבספֿליט אינטערנאציאנאל
BSicon .svgBSicon eABZlg.svgBSicon exLUECKEq.svg פאקהאם קניפ
BSicon HST.svg 0:30 אשפארד אינטערנאציאנאל
BSicon TUNNELa.svg
BSicon tGRENZE.svg בריטאניע-פראנקרייך גרענעץ (קאנאל טונעל 0:21 אדורכפארן)
BSicon TUNNELe.svg
BSicon HST.svg 0:54 קאלאיס-פֿרעטהון
BSicon BHF.svg 1:20 ליל-אייראפע
BSicon STRlg.svgBSicon ABZlf.svgBSicon .svg
BSicon GRENZE.svgBSicon STR.svgBSicon .svg פראנקרייך-בעלגיע גרענעץ
BSicon KBHFe.svgBSicon ABZrf.svgBSicon STRrg.svg 1:51 בריסל זיד
BSicon STRlg.svgBSicon ABZlf.svgBSicon KBHFe.svg 2:15 פאריז גאר דו נארד
BSicon KHSTe.svgBSicon STR.svgBSicon .svg 2:33 Marne-la-Vallée – Chessy (Disneyland)
BSicon .svgBSicon ABZrf.svgBSicon STRrg.svg
BSicon .svgBSicon STR.svgBSicon KHSTe.svg 5:40 אוויניאן צענטער
BSicon HST.svg 6:27 Moûtiers (סקי)
BSicon eHST.svg 6:59 Aime la Plagne (סקי: נאר אפשטייגן)
BSicon KHSTe.svg 7:17 Bourg Saint Maurice (סקי)

די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.

זײַט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פֿון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל-אייראפע, קאלאיס-פֿרעטהון און עבספֿליט אינטערנאציאנאל. 3 באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל.


[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. [http://www.eurostar.com/pdf/timetables/timetables_english.pdf Eurostar Service from 9 December 2007 to 5 July 2008]. דערגרייכט דעם 2007-12-16.

[באַאַרבעטן] דרויסנדיקע פארבינדונגען

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אייראסטאר
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן