אייזבארג

פֿון װיקיפּעדיע
טעקע:CHC Bell 212 Iceberg Labrador.jpg
לייג דא א הסבר אויפ'ן בילד

אייזבארג איז א גרויסע בארג פון אייז וועלכע שווימט אין דעם אקעאן נאכדעם וואס עס ברעכט זיך אפ פון ריזיגע גלעטשערס ביי די צוויי שפיצן פון די וועלט.


דעטאלן און פאקטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די וועלט באשטייט פון 7 קאנטינענטן, און 5 אקעאנען וועלכע פארנעמען אין סך הכל איבער 70 פראצענט פון די וועלט'ס אויבערפלאך. די וועלט'ס ערד איז איינגעטיילט אין דריי טיילן: אינדערמיטן איז צפון און דרום אמעריקע, אויף איר רעכטע זייט איז אייראפע און אפריקע, און אויף איר לינקע זייט איז אזיע (וועלכע באשטייט פון רוסלאנד, כינע, אינדיע) און אויסטראליע. צפון און דרום אמעריקע זענען גענצליך אפגעטיילט פון די אנדערע צוויי טיילן מיט די צוויי גרעסטע אקעאנען וועלכע זענען דער פאציפישער און אטלאנטישער אקעאנען. די אנדערע צוויי טיילן זענען אבער יא באהאפטן אויפ'ן העכערן טייל (צפון) און רוסלאנד האט טיילן אין אייראפע און אין אזיע. דער אקעאן וועלכע טיילט אפ די אונטערשטע (דרום) טיילן פון אזיע און אפריקע איז דער אינדיאנער אקעאן וועלכע איז דער דריטער גרעסטער אקעאן.

די צוויי פארבליבענע אקעאנען געפינען זיך ביי די שפיצן פון די וועלט. דער ארקטיק געפינט זיך ביים צפון שפיץ פון די וועלט און דער דרום אקעאן געפינט זיך ביים דרום טייל פון די וועלט וועלכע ווערט גערופן דער אנטארקטיק.

פון די 5 אקעאנען זענען די ארקטיק און דרום אקעאנען גענצליך פארפרוירן א גאנץ יאר, דער פאציפיק און אטלאנטיק ווערן נאר פארפרוירן אויף צפון, און דער אינדיען אקעאן ווערט קיינמאל נישט פארפרוירן.

כאטש דער דרום אקעאן איז גרעסער ווי דער ארקטיק איז אבער די צפון טייל פון די וועלט מער פארפרוירן אין דער ווינטער ווייל עס איז פשוט קעלטער און עס נעמט אריין 3 אקעאנען. די ווינטערס פון די צוויי שפיצן פון די וועלט פאסירן אין אנדערע צייטן. דער צפון ווינטער (וועלכער איז אונזער ווינטער) איז צווישן נאוועמבער און אפריל און דער דרום ווינטער איז פונקט פארקערט.

איבער דער ווינטער זענען די אקעאנען פארפרוירן צו איין שטיק אייז און איינמאל עס ווערט אביסל ווארימער הייבן זיך אן טיילן פון די אייז צוצוברעכן און שווימען ארויס צום אקעאן. די גרויסע שווימנדיגע שטיקער אייז ווערן גערופען אייזבערג ווייל זיי טאקע גרויסע בערג פון אייז וועלכע שווימען ארויף צום אויבערפלאך און פאלן אריין אין די ווארימערע טיילן פונעם אקעאן וואו זיי ווערן צעלאזט צוריק צו וואסער.

פארשטייט זיך אז ווען די אייזבערג הייבן אן אריינשווימען און צעלאזן זיך ווערן די וואסער שטאפלן געהעכערט און ווי מער אייזבערג אלס מער וואסער. אין די לעצטע יארן איז דער קלימאט פון די וועלט געווארן ווארימער און מער אייז ווערט צעלאזט ווי אמאל (רוב אייז ווערן קיינמאל נישט אויפגעלאזט אין די אקעאנען ווייל דער זומער איז זייער קורץ און די ווארימע וועטערס זענען אויך גענוג קאלט) און העכערט די וואסער שטאפלן וועלכע ברענגט צו פארפלייצונגן און אנדערע נארטורליכע קאטאסטראפעס. גלאבאלע אנווארימונג איז א פאקט און טייל סייענטיסטן זענען ביי דער מיינונג אז אין די קומענדיגע 100 יאר וועלן אלע אייז צעלאזט ווערן אין די וועלט וועט פארפלייצט ווערן.

די שווימנדיגע אייזבערג שטעקן זיך ארויס פון וואסער נאר א פינפטל און די אנדערע פיר פינפטלעך געפינען זיך אונטער'ן וואסער וואס מאכט די אייזבערג 4 מאל אזוי גרויס ווי מען זעט עס. בשעת אן אייזבארג שווימט מבול'ט אראפ דערפון וואסער און אייז וועלכע צעברעקלט זיך אין ים און מאכט אלס קלענער דעם אייזבארג.

אייזבערג זענען א גרויסע סכנה פאר שיפן און אפילו עס דעגרייכט נאר נאנט צו א שיף וועט די שיף צע'מזיק'ט ווערן פון די פאלנדיגע שטיקער אייז וועלכע פאלן מיט א שטארקן אימפאקט. עס איז פאראן ספעציעלע צענטערן וועלכע האלטן אן אויג אויף די אייזבערג און ווארענען שיפן צו שטיין ווייט דערפון און טיילמאל וועלן זיי באזייטיגן קלענערע אייזבערג וועלכע שטייען אין וועג דורך צובינדן צו שיפן. מיט דעם אלעם זענען שוין אסאך שיפן דערטראנקן געווארן פון אייזבערג ווען מען האט עס נישט באמערקט פון פאראויס אדער אויב דער קאפיטאן האט דאס נישט גענוג אויסגעמיטן.

איינע פון די וועלט'ס באקאנטע עקסידענטן פון א שיף און אן אייזבארג איז געווען דער גיגאנטישער טיטאניק שיף וועלכע איז צעריסן געווארן אין האלב פון אן אייזבארג אינמיטן די נאכט. (אגב, היסטאריע זאגט אז דער קאפיטאן פון די טיטאניק האט יא געוואוסט פון דעם אייזבארג אבער האט דאס נישט געוואלט אויסמיידן צוליב זיין שטאלץ מיט דעם גרויסן שיף וועלכע ער האט געהאלטן וועט נישט געזינקן ווערן פון אן אייזבארג).

סייענטיסטן פאלגן נאך אייזבערג שוין איבער הונדערט יאר און שטעלן טיילמאל אויף קליינע סטאנציעס אויף די גרעסערע אייזבערג און פארן מיט דערמיט ביז עס ווערט צו קליין און זיי טראגן אפ פון דארט. מיט צענדליגער יארן צוריק האבן געוויסע סייענטיסטן געארבעט אויף א פלאן צו שלעפן קלענערע אייזבערג דורך שיפן צו וואסערן און לעיקס וועלכע מאנגלן אין וואסער און עס וועט זיך דארט צעלאזן און העכערן די וואסער שטאפלן. די פלענער האט זיך אבער קיינמאל נישט אויסגעארבעט און נאך היינט האט דאס קיינער נישט באוויזן.

אייזבערג קומען אין אלע פארמאטן, גרויס און קליין. די ערשטע גרויסע אייזבארג איז רעקארדירט געווארן אין 956' און איז געווען 208 מייל לאנג און 60 מייל ברייט, בערך די גרויס פון בעלגיע. דעמאלט האט מען געמיינט אז דאס איז די ענדע פון די וועלט אבער אין 00' האט זיך אראפגעבראכן א שטיק אייז וועלכע האט זיך געמאסטן נאנט צו 7,000 סקווער מייל און איז צוגעגליכן געווארן צו די גרויס פון דזשעמעיקע.

די גאר גרויסע אייזבערג קומען פון דעם דרום אקעאן וואו עס ווערט ווארימער אין דער זומער ווי אין דעם ארקטיק און מער אייז ברעכט זיך אפ. די לענדער גרויס אייזבערג קענען אבער נישט שווימען צו ווייט ווייל ווען עס גרייכט שמעלערע דורכגענג ווערט עס פארהאלטן און צעלאזט זיך דארט. טייל אייזבערג ענדיגן זיך נישט צעלאזן ביז די ענדע זומער און ווערן צוריק פארפרוירן אין די ווינטער און דאס איז דער סיבה פארוואס די פארפרוירענע אקעאנען זענען בערגיק.


אפשטאמונג און פארשפרייטונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייזבערג קומען פון אלע 4 אקעאנען וועלכע ווערן פארפרוירן און ברעכן זיך אפ ביסלעכווייז. רוב אייז בלייבן יא אויף זייערע פלעצער און צעלאזן זיך דארט, יעדער לויט זיין שטאפל. אבער אלע אייז וואס פרירן איין העכער ווי די ים שטאפל ווערן עווענטועל אייזבערג ווייל צוליב זייער הויכקייט זענען זיי שווערערע שטיקער און ברעכן זיך אפ פון די איבעריגע אייז. איינמאל עס ווערט אן אייזבארג הייבט עס אן מיטשווימען מיט די ים כוואליעס און קען אפוואנדערן טויזענטער מיילן אוועק פון זיין ארגינעלן געבורטס ארט.

ווי דערמאנט קומען רוב גרויסע אייזבערג פון דעם דרום אקעאן אין וועלכע די קלימאטן זענען ווארימער זומער ווי אין דעם ארקטיק. אבער עס איז פאראן נאך א סיבה דערצו און דאס איז צוליב די פילע אינזלן וואס דער דרום אקעאן פארמאגט וועלכע פארמירן דעם אנטארקטיק. די פילע אינזלן און יבשה מאכן די אייז איינפרירן אויף העכערע שטאפלן און זענען נישט מסודר. דערפאר ווען עס ווערט ווארימער ווערט אלעס צעבראכן אויף ברעקלעך און ווער עס קען מאכט דעם וועג ארויס.

אויף אונזער טייל פון די וועלט קומען רוב אייזבערג פון גרינלאנד וואו עס זענען אויך פאראן אסאך אינזלן און וואסער קאמפלעקסן וועלכע פרירן איין זייער הויך און גיבן שפעטער ארויס אייזבערג. דער אייזבארג וועלכער האט געזינקן די בריטישע טיטאניק שיף איז אויך געקומען פון דארט.

רוב גרויסע אייזבערג זענען עטליכע הונדערט פיס דיק און עס זענען פאראן אזעלכע וואס זענען געווען נאנט צו טויזענט פיס דיק. עס איז נישט צום אפשאצן וויפיל טאנען א גרויסע אייזבארג קען וועגן און וויפיל וואסער עס פארמאגט אין זיך.

די איינציגסטע פלעצער אין דער וועלט וואו מען קען זען אייזבערג איז אין אלאסקע און אין גרינלאנד. ביידע געפינען זיך אייניג הויך צו צפון פון ביידע זייטן פון קאנאדע. מענטשן פארן ספעציעל צו די ברעגעס ווען מען הערט אז עס דרייען זיך ארום אייזבערג. טייל אייזבערג ווערן פארבלאנדזשעט צו די וואסער ברעגעס און ווערן דארט פארהאנקעט און צעלאזן זיך דארט. אין אזא פאל ווארענט מען מענטשן פון קומען צו די ברעגעס ווייל די וואסער שטאפלן גייען ארויף זייער הויך.

גאר גרויסע אייזבערג קען געדויערן עטליכע יאר ביז זיי ווערן אינגאנצן צעלאזט אויב זיי קומען נישט צוריק אן צו די קאלטע ערטער אין די ווינטער. עס זענען געווען אייזבערג וואס מען האט נאכגעפאלגט ביז 8 יאר ווילאנג עס איז שוין געווען גענוג קליין מען זאל עס מער נישט דארפן באוואכן. דורכאויס די צייט וועט עס זיך טיילמאל ארומדרייען און אמאל אויך איבערדרייען פארקערט, געוואנדן לויט די וואג פון אלע זייטן.

אין 952' האבן וויסנשאפטלערס געפינען אן אייזבארג אין קאנאדע'ס הויכע ארקטיק וועלכע האט זיך געמאסטן 35 סקווער מייל און איז נאר געווען 160 פיס דיק. דער אייזבארג האט אוועקגעשווימען נענטער צו דרום און איז קיינמאל נישט צוריק פארפרוירן געווארן אין די ווינטער אבער איז אויך נישט אזוי שנעל צעלאזט געווארן ווייל עס האט נישט געשווימען צו ווייט וואו עס איז ווארימער. די סייענטיסטן האבן דארט אויפגעשטעלט א פארשונג צענטער און שפעטער האבן זיי אויך אויפגעשטעלט א ראנוועי פאר פליגער און די אמעריקאנער עיר פארס האט זיך באנוצט דערמיט צו לאנדן זייערע פליגער. דער אזויגערופענער טי-3 אייזבארג האט אנגעהאלטן ביז 978' ווען עס האט געשווימען צו די דרום ברעגעס פון גרינלאנד און האט זיך דארט שנעל צעלאזט.

רוב אייזבערג זעען אויס ווי אפגעבראכענע שטיקער בערג אבער מען קען טיילמאל זען אייזבערג מיט די מאדנע'סטע פארעמען. ספעציעל זענען די פארעמען אינטערעסאנט נאכדעם וואס אן אייזבארג דרייט זיך איבער און מען זעט די פארעם פון די כוואליעס בעפאר די אייזבארג איז געווארן איינגעפרוירן.

איבער דער וועלט זענען פאראן צענדליגער טויזנטער שווימנדיגע אייזבערג גרויס און קליין אבער רוב פון זיי קומען נישט אריין אין די אקעאנען וואו עס דרייען זיך שיפן און זענען בכלל נישט קיין סכנה. אין 965' האבן עטליכע גרופעס וויסנשאפטלערס אפגעציילט 30,000 אייזבערג אין א 1,700 סקווער מייל געגענט אינעם אנטארקטיק.


היינטיגע שטודיעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי דערמאנט האלטן די וויסנשאפטלערס א קאנטראל אויף די גרויסע אייזבערג כדי צו קענען ווארענען שיפן. אבער די אויספארשונגן גייען פיל ווייטער פון דעם און ווי מער זיי פארשן אלס מער ווערן זיי געוואויר. א גרופע סייענטיסטן פון נארוועגיע האבן נאכגעפאלגט אן אייזבארג פון 60 ביי 30 מייל פאר 10 יאר. דער אייזבארג האט זיך אפגעבראכן אינעם אנטארקטיק און איז דארט געשווימען 2 יאר און איז שטיין געבליבן פארהאנקערט ערגעץ פאר 5 יאר. נאכדעם האט זיך עס ארויסגעראטעוועט פון דארט און אפגעשווימען מער מערב וואו עס האט אריינגעקראכט אין פארפרוירענע וואסער און פון דעם צוזאמענשטויס האט זיך אפגעבראכן א פרישע אייזבארג וועלכע איז געווען 55 ביי 22 מייל גרויס. ביידע זענען דערנאך געשווימען פאר עטליכע יאר אינעם דרום אקעאן ווילאנג עס האט זיך צעלאזט אין ווארימערע וואסערן.

די סייענטיסטן באנוצן זיך מיט סעטעלייטס און ראדארן נאכצופאלגן די אייזבערג. די סעטעלייטס האלטן א חשבון אויף אלע פארפרוירענע וואסערן און ווען אייזבערג ברעכן זיך אפ כאפט עס אויף אז די פאפרוירענע ים איז געווארן קלענער און שיקט סיגנאלן צו די סייענטיסטן באזעס אז דארט און דארט האט זיך יעצט אפגעבראכן אן אייזבארג.