איזאפאד
| איזאָפּאָדן | ||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
Ligia oceanica, אַן איזאָפּאָד
|
||||||||||||||
| וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||
|
||||||||||||||
| אונטערסדרים | ||||||||||||||
די איזאָפּאָדן זענען אַ סדר פֿון קרעבסן. די גרופּע איז מאָרפֿאָלאָגיש זײער אַ כּלערלײע, ס׳איז דאָ בערך 10.5 טױזנט זגאַלן, װאָס װױנען אין ימים ,זיסװאַסערן און אױף דער יבשה. עטלעכע איזאָפּאָדן פּאַראַזיטירן בײַ בעלי־חיים.
אינהאַלט |
אױסער געבױ [באַאַרבעטן]
די איזאָפּאָדן האָבן בכּלל אַ כּלפי־חוץ פֿלאַכן קערפּער, 0.6 מ״מ ביז 46 ס״מ לענג[1]. די קערפּער סעגמענטאַציע איז ענלעך צום גענעראַלן פּלאַן פֿון אַנדערע Peracarida. ס׳איז דאָ דרײַ טאַגמעס (קערפּער־טײלן): קאָפּ, פּערעיאָן ("ברוסט") און פּלעאָן ("בױך"). דער קאָפּ איז אַ קאָמפּליצירטער, דאָס הײסט אַז ער שליסט אײַן די סעגמענטן פֿון קדמון־קאָפּ און ערשטן ברוסט־סעגמענט (צו מאָל אױך צװײטן סעגמענט). פּערעיאָן באַשטײט פֿון די איבעריקע 7 ברוסט־סעגמענטן, װאָס זענען בדרך־כּלל נישט געאײניקט, כאָטש עטלעכע איזאָפּאָדן יאָ װײַזן באַשטימטע צונױפֿגאָסן אינעם פּערעיאָן. די 6 הינטערסטע סעגמענטן און די טערמינאַלע פּלאַט (טעלסאָן) מאַכן אױס דעם פּלעאָן. אַ סך גרופּעס איזאָפּאָדן האָבן פֿרײַע פּלעאָנישע סעגמענטן, אָבער זײער אָפֿט זענען זײ געאײניקט ביז די סיבות, װען פּלעאָן זעט אױס װי אײן גרױסער סעגמענט. דער טעלסאָן (װען נישט כּולו רעדוצירט) איז אײַנגעשלאָסן אינעם 6טן סעגמענט. ס׳איז בײַ איזאָפּאָדן נישט קײן קאַראַפּאַקס , װי אױך בײַ אַמפֿיפּאָדן צװישן Malacostraca [2][3][4].
קאָפּ־גלידער [באַאַרבעטן]
דער קאָפּ טראָגט צװײ גרופּעס גלידער, דהײַנו: סענסאָרישע (אױגן און צװײ פּאָר אַנטענעס) און מױל־גלידער (אײבערשטע ליפּ, mandibulae (מאַנדיבעלן), אונטערשטע ליפּן, maxillae, maxillulae און maxillipeds).
ס׳איז בײַ איזאָפאָדן אײן פּאָר קאָמפּלעצירטע אױגן. זײ זענען בדרך־כּלל זיציק, אָדער זעלטן זיצן זײ אױף אַן אומבאַװעגלעך שטענגל. אײן אױג באַשטײט פֿון צװײ ביז טױזנטער פּראָסטע אױגלעך. די אױגן זענען געװאָרן אין גאַנצן רעדוצירט בײַ עטלעכע פּאַראַזיטן און אַ סך אונטערערדישע, אינטערסטיציעלע און טיף־ימישע זגאַלן[5].
די ערשטע אַנטענעס ("אַנטענעלעך") האָבן בדרך־כּלל אײן צװײַג אױפֿן תּחילת דרײַ־גלידיקן שטענגל. אין אַ סך גרופּעס װײַזט זיך די רעדוצקיע פֿון דאָזיקע גלידער ביז דער סיבה, װאָס זעט מען בײַ יבשהדיקע איזאָפּאָדן: עטלעכע פֿון זײ האָבן נאָר אַ פּאָר קורצע אײן־גלידיקע אבֿרלעך. די צװײַטע אַנטענעס זענען לענגער, האָבן אַ 5-6־גלידיק שטענגל און אײן צװײַג (נעמלעך: ענדאָפּאָדיט) . פֿונדעסטװעגן, ס׳איז מעגלעך צו געפֿינען די צװײטע צװײַג (עקזאָפּאָדיט) אין פֿורעם פֿון אַ קלײנע שופּ בײַ עטלעכע Asellota[5].
מױל אַפּאַראַט איז געװענדעט פֿאָרױס, און געװײנלעך נאָגנדיק. עס רינגלען אַרום דעם מױל די אײבערשטע ליפּ פֿון פֿאָרנס, די מאַנדיבעלן פֿון זײַטן און אַזױ גערופֿענע פּאַראַגנאַטן פֿון הינטן (װאָס זענען אָבער תּחילת נישט קײן פֿיס). מאַנדיבעלן זענען די עיקרדיקע אָרגאַנען פֿאַרן פֿרעסן. נאָך די מאַנדיבעלן קומען אײן נאָכן אַנדערן די maxillae, maxillulae און maxillipeds (װאָס זעען אױס ענלעך צו עכטע פֿיס, װי צײַגט זײער נאָמען). אײן פֿאַמיליע (Gnathiidae) האָט נאָך אַ פּאָר maxillipeds, װאָס זענען אַנטװיקלט געװאָרן פֿון דער ערשטער פּאָר פּערעיאָנעלע פֿיס[6][2].
פּערעיאָנאַלע גלידער [באַאַרבעטן]
די פּערעיאָנאַלע גלידער (אָדער פּערעיאָפּאָדן) זענען אײנצװײַגיק, גלידיק. תחילת איז דאָ זיבן פּאָר פּערעיאָפּאָדן. בדרך כּלל זענען זײ זיך פֿאַרנומען אין גײן אָדער זיך קלאַמערן צו װאַסער פֿלאַנצן, װירט אָדער געשלעכט־פּאַרטנער. זעלטן אַ טײל פּערעיאָפּאָדן װערט באַניצט אין שװימען אָדער גראָבן[7]. אָפֿט אונטערשײַדעט זיך די פֿאָרדערשטע פּאָר גלידער פֿון אַנדערע און אין קײן לאָקאָמאָציע פֿאַרנעמט זיך נישט. אין אַ סך גרופּעס טראָגן די ערשטע פּערעיאָפּאָדן אַ פֿאַלש־קלעמערל אָדער זעלטן אַן אמתס[2][8]. אין Gnathiidae דער ערשטער סעגמענט פֿון פּערעיאָן איז צונױפֿגעגאָסן מיטן קאָפּ און אַזױ די פֿיס, װאָס ער טראָגט, זענען מגולגל געװאָרן אין אַ מין מױל גלידער. די לעצטע פּאָר פּערעיאָפּאָדן פֿעלט בײַ עטלעכע משפּחות אָדער גאַטונגען (גלײַך אַזױ װי אין יוּװענילע פֿורעמס)[9][5].
רעפֿערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ Wetzer R (1986) Bathynomus: a living sea monster. Terra 25: 26–29.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 Кусакин ОГ (1979). Морские и солоноватоводные равноногие ракообразные (Isopoda) холодных и умеренных вод Северного полушария. Том I. Подотряд Flabellifera. В серии: Определители по фауне СССР, издаваемые ЗИН АН СССР, вып. 122. «Наука», Ленинград, 472 сс
- ↑ Knopf, F., S. Koenemann, F. R. Schram & C. Wolff (2006). The urosome of the Pan- and Peracarida. Contributions to Zoology 75: 1-21
- ↑ Erhard F (2001). Morphological and phylogenetical studies in the Isopoda (Crustacea). Part 3: The pleon trunk in the Asellota. Stuttgarter Beiträge zur Naturkunde A 643: 1-45
- ↑ 5.0 5.1 5.2 Brusca RC, Wilson GDF (1991). A phylogenetical analysis of the Isopoda with some classificatory recommendations. Memoirs Queensland Museum 31: 143—204
- ↑ Kearn GC (2004). Isopods. In: Kearn GC (ed) Leeches, Lice and Lampreys: 274—295
- ↑ Hessler RR, Strömberg JO (1989) Behavior of janiroidean isopods (Asellota), with special reference to deep-sea genera. Sarsia 89: 145—159
- ↑ Svavarsson J (1987) Re-evaluation of Katianira in Arctic waters and erection of a new family, Katianiridae (Isopoda: Asellota). Journal of Crustacean Biology 7: 704—720
- ↑ Wilson GDF (1989). A systematic revision of the deep-sea subfamily Lipomerinae of the isopod crustacean family Munnopsidae. Bulletin of the Scripps Institution of Oceanography 27: 1-138