אז

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פון רעכטס: סאיד, ביטשער, היל, אלווארעז, שילינגער, אריילי.

אָז (ענגליש: Oz) איז אן אמריקאנישע טעלעוויזיע סעריע, געשאפן פון טאם פאנטאנה, וואס האט אויך די סצענאר געשריבן, און פראדוצירט דורך עיטש.בי.או (HBO). די פראגראם איז אורשפרינגליך אויסגעשטראלט געווען פון ז' תמוז ה'תשנ"ז ביז כ"א אדר א' ה'תשס"ג, אין זעקס שטאפלען מיט 56 פאלגן אינסגעזאמט. "אז" האט געווינען עלף פרייזן און איז געווען פארגעשלאגט פאר נאך 29, דאפון צוויי הויפטאנשאלטצייט-עמי'ז (Primetime Emmy). די סעריע האט באקומען הויכע איינשאלטקווטען (רעייטינגז): ארום תשס"א, צום ביישפיל, האט יעדע פאלגע דורכשניטליך זיבען מיליאן צושויער. א סך קריטיקער האבן געלויבט די רעאליסטישע סטיל פון די פראגראם.[1]

די געשיכטע האנדעלט פון די "אזוואלד הויך-זיכערהייט טורמע", אומגאנגשפראכליך בעקנאט אלס "אז". געצייגט זינד די לעבען פון די איינגעשפארטע אסירים, וואס זינד געקענצייכנעט מיט שווערע געוואלט, מיטגלידערשאפט אין טורמע-באנדען, דראג האנדעל, האמאסעקסואלע פארגעוואלדיגונג – און פארדארבונג דער אויפזעהר. אין "אז" ס'דו א סך באנדען, און די הויפטע זינד די נאצי ארישע ברידערשאפט, די שווארצע מוסלמענער, די איטאליענישע מאפיא, די שווארצע "חברים" (home boys) און די לאטינער. די פארשידענע באנדען און אסירים קעמפפען פאר מאכט, השפעה, כבוד און געלט. די הויפט-כאראקטערן זינד:

  • טביאס ביטשער (געשפילט פון לי טערדזשען), איין איינשטענדיגע אדוואקאט וואס האט געהארגעט א קליינע מיידעלע ווען ער האט געפאהרט שיכור. דער שוואכער ביטשער איז פארגעוואלדיגט פון וערנאן שילינגער און ווערט זיין קנעכט. שפעטער געווינט ער די כבוד פון די אנדערע העפטלינגע.
  • וערנאן שילינגער (דזשונאטאן קימבעל סימאנס), דער פירער פון די ארישע ברידערשאפט, א ראסיסט און אכזר וואס פארגעוואלדיגט אנדערע אסירים רעגעלמעסיק.
  • קארים סאיד (אימאן וואלקער), דער פירער פון די מוסלמענער און א קעמפפער פאר די רעכטע דער אפריקאנע-אמעריקאנער. איין געאכטעטער מענטש וואס זוכט העלפען די אנדערע און פרעדיגען מוסר און גוטע מידות אינס טורמע.
  • סימאן אדעביסי (אדעוואלע אקינויע-אגבאדזשע), פירער פון די "חברים". אכזר און פארדארבט פונקטליך ווי שילינגער, און קעניג פון דעם דראג האנדעל.
  • ראייען אריילי (דין וינטערס), א קליגער מאן, וואס אויספאפט און מאניפולירט אלע אנדערע פאר זיינע צילען.
  • אגוסטוס היל, א שווארצער פארקריפעלטער ארעסטאנט וואס דינט אויך אלס דערציילער.
  • מיגעל אלווארעז (קירק אטשעוועדא), א לאטינער וואס איז א גוטער מענטש, אבער איז אויך אן אכזר'דיקע פארברעכער.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. 'Oz' Soundtrack Fights Legal Injustice. לאס אנדזשעלעס טיימז, י"ד טבת ה'תשס"א.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]