אושפיזין (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
איין סצענע פון פילם ווי שולי ראנד פראוועט התבודדות

אושפיזין איז א פילם וואס מאלט אראפ דעם לעבנסשטייגער פון א ברסלבער חרדישער בעל תשובה איד אין ארץ ישראל, און וואס ער האט מיטגעמאכט במשך פון איין יום טוב סוכות.

דער נאמען פונ'ם פילם, אושפיזין, איז געגעבן נאך די אומגעבעטענע און אומגעוואונטשענע געסט וואס קומען אן אויף יום טוב ביים הויפט כאראקטער אין די סוכה. די געסט, נידעריגע עלעמענטן אנטלאפענע פון א ישראל'ישע טורמע, דרייען אים איבער דעם יום טוב און מאכן א טומל אינ'ם חרד'יש, חסיד'ישן געגנד.

מערקווירדיגקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער פילם איז א היסטארישער דערפאר וואס עס האט גענוצט עכט חרד'ישע אידן צו שפילן אין פיל סצענעס. דער פילם פרואווט צו ערצייגן אויף א הומאניסטישער אופן דאס לעבן פון א רעליגיזע איד און זיינע ראנגלענישן מיט גאט, זיינע דאגות פון פרנסה, און זיין אינספירירנדע אמונה פשוטה.

דער דירעקטאר פון דער פילם, גידי דאר, איז א ישראל'ישע פרייער איד. איר הויפט פראדוצירער און שפילער איז שולי ראנד, א פרומער בעל תשובה וואס איז אמאל געווען א פרייער גרויסער אקטיאר. די צווי זענען געווען אלטע פריינט און קאלעגן און האבן צוזאמען אויסגעארבעט דעם אידעע פון דעם פילם. דער דירעקטאר האט ארויסגעוויזן גאר שטארקע סענסיטיווקייט צום לעבנסשטייגער פון חרד'ישע אידן, און האט זיכער געמאכט אז דער פילם זאל נישט האבן קיין שמץ פון די אויסגעלאסנקייט וואס געפינט זיך אין אנדערע פילמען. צ.ב.ש. די צוויי הויבט שפילער, שולי ראנד מיט זיין ווייב -- וואס זענען מאן און ווייב אויך אין עכטן לעבן -- זעט מען קיינמאל זיך אפילו נישט צורירן.

צייגונג אין אמעריקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער פילם איז געוויזן געווארן אין אמעריקע צום ערשט ביים טרייבעקא פילם פעסטיוואל אין ניו יארק. דער דירעקטאר, גידי דאר, האט מסדר געווען אז עס זאלן זיין ספעציעלע ערטער אין דעם אודיטאריום וואס וועט נישט זיין געמישט מענער און פרויען אין פאל אז חרד'ישע אדער חסיד'ישע אידן וועלן זיך וועלן באטייליגן. ביים ענדע פון דעם ערשטן צייגונג אין ניו יארק איז געווען א "פראגן און ענטפערס" סעסיע ביי וועלכן גידי דאר, דער דירעקטאר, און שולי ראנד מיט זיין ווייב, די הויפט שפילער, האבן זיך באטייליגט.

װעבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אושפיזין דאט קאם - אפיציעלע וועבזייטל